בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

מאנטאגכ' סיון תשפ"א5/31/2021

בילדער · 3
הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א אויף א באזוך ביי מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל נשיאו בנו הצעיר למז"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז סיון תשפ"א5/28/2021

בילד
נייע טישן און בענק אין ביהמ"ד המפואר דקהלתינו הק' וויליאמסבורג "בנין געלבשטיין"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ביהמ"ד המפואר דקהלתינו הק' וויליאמסבורג "בנין געלבשטיין" ווערט פארברייטערט בנדבת לבו פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם בראך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
די לעצטערע ארבעט ביים הרחבת גבולי הקדושה ביי בית מדרשינו אבני צדק דקהלתינו הק' ק"י ווי די ביהמ"ד ווערט פארדאפלט!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
פארגאנגענעם דינסטאג אין וויליאמסבורג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזיכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק קליין ווי עס איז פארגעקומען די לחיים וחתימת שטרות וואס ר' יצחק האט אפגעקויפט די זכות פונעם נייעם "מקוה רבינו" בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים שמחת החתונה ביים ערשטן חתונה אינעם נייעס פראכטפולן זאל "אולם בית רחל אודיטאריום"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט"ז סיון תשפ"א5/27/2021

בילדער · 3
די פראכטפולע נייע חתונה זאל "בית רחל אודיטאריום" הערליך צוגערישט!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די געטרייע עסקנים ביי די לעצטע פאזעס היינט נאכמיטאג נאכן בליץ שנעל איינרישן דעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" אלס א פראכטפולע חתונה זאל צו העלפן די מחותנים וואס זענען פון איין רגע אויפן צווייטן באצווינגען געווארן צו נעמען א מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נגד תורתינו הק', ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א נישט צו חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ו סיון תשפ"א5/26/2021

בילדער · 4
סעודת הילולא לרגל הילולא קדישא של הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע בהכנסת אורחים פרעמישלאן בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, אויך האבן זיך משתתף געווען הרב אשר מרגליות שליט''א הויפט רב פון ווינה, און הרב אלימלך שוחט הויפט רב פון ליבוב -אוקריינא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
מעמד הנחת אבן הפינה לבנין הכנסת אורחים השני' פרעמישלאן אוקריינא, בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
די רב שליט"א ביי תפילת מעריב און ספירת העומר ליל ההילולא, און ביים עולה זיין לתורה ביומדה"ל, אינעם בנין הכנסת אורחים פרעמישלאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
די רב שליט"א ביים אנקימען אין פרעמישלאן אפגעווארט דורך די קבוצה רמי ובחורי ישיבה גדולה שיעור ד', און שפיץ פון הרב ישראל הערש רייך יו"ר ומייסד הכנסת אורחים פרעמישלאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
לבקשת הרבים לייגן מיר ארויף די פולע רעקארדונג פונעם היסטארישן מעמד הכתרה דורך מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע לבנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אלס "מרא דאתרא" פון ק"ק קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
שמחת התנאים פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' ליפא ט"ב אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א, פארגאנגענעם דאנערשטאג נשא באולם בית אסתר אין בארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג