בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday22 Sivan 57816/2/2021

Photos · 5
די ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה אריין אין פולן שוואנג.

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
די גיגאנטישע זאלן "קענט עוועניו סקווער" ווי עס וועט פארקומען די חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם.

קא עבידנא יומא טבא לרבנן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א היינט אין די זאלן פון עידן פעלעס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און א טאנץ מיט הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בנו הצעיר היינט אין די זאלן פון כתר ריזל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטוב פון אלמנת ראזענבערג תחי' ווי די רבי האט געשריבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן לע"נ הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 ג' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

היינט אין וויליאמסבורג איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון "כתר ריזל" ווי די רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חתונה פון החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון "עטרת אברהם" ווי די רבי האט באשיינט די מעמד קבלת פנים ביים שמחת החתונה פון הכלה בת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא מנהל כתה ט' במוסדותינו הק' ב"פ חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיט החתן נכד הרה"ק מטאהש זי"ע די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און די זיידעס.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת ראזענבערג תחי' ווי די רבי האט געשריבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן לע"נ הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו.

שפעטער האט זיך די רבי באטייליגט ביים חתונה פון בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און זיידעס, און געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און דערנאך מיטן חתן און די זיידעס און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד מיטן אבי החתן מאנסי רב שליט"א.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון "עידן פעלעס" ווי די רבי האט באשיינט די שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן ומחותנים און געטאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט און א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און א טאנץ מיט הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בנו הצעיר היינט אין די זאלן פון כתר ריזל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו

חגיגת סיום מס' יבמות "וויליאמסבורג - בארא פארק" אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם באולם הגדול "קענט עוועניו סקווער".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
תורה תורה חגרו חג

חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם באולם הגדול "קענט עוועניו סקווער".

קא עבידנא יומא טבא לרבנן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday21 Sivan 57816/1/2021

Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שמחת הקבלת פנים פון הכלה בת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא מנהל כתה ט' במוסדותינו הק' ב"פ חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיט החתן נכד הרה"ק מטאהש זי"ע באולם עטרת אברהם אין וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסדר קידושין זיין יעצט ביים חופה פון החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, באולם כתר ריזל וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
סדר הבאסעס פון בית מדרשינו הגדול מאנסי צום שמחת החתונה פון החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו

היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן הרב ישעי וואזנער יונגסטע זון פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' מאנסי שליט"א אייניקל פונעם פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"ג ר' ליפא גרויס בן הגה"צ ר' אלי מקערעסטיר בערבעשט, וחתן הגה"צ ר' אברהם ווייס מפרעשבורג, קומט פאר באולם כתר ריזל וויליאמסבורג, ווי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און זיך משתתף זיין ביים חופה, און שפעטער ביים חתונה און טאנצן מצוה טאנץ.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
סאטמאר'ע נייעס 🌴:
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א ביים באזיך ביי גיסו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ביים באזיך האט האדמו"ר מוויזניץ מרכז אפגענומען ברכות קדשו און איינגעלאדענט צום חתונה פון א אייניקיל מארגן אין וויליאמסבורג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן חותן המלך כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און געגעבן א מתנה ספרי הק' "לב אהרן", און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
די רבי און א טאנץ מיטן אבי החתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
די רבי ביים טאנצן מצוה טאנץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי אמירת שבע ברכות ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ר' יואל ווידער באולם כינור דוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
עם ה' חזקו ונתחזקה

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ביי די דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
אלפי אנ"ש תושבי וויליאמסבורג ביים עצרת רחמים והתעוררות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
עצרת רחמים והתעוררות היינט כ' סיון בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג במעמד אלפי אנ"ש בראשות מורינו הגהצ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלעכע האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד וחובת השעה, און כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 ב' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישראל מאיר פריעדמאן ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל,
און די ברית לבן הנולד לר' מרדכי לייב צוויבל -מאנסי ווי די רבי איז געווען סנדק.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר אשר מענדל כהנא.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי באשיינט "בבגדי שבת" די מעמד קבלת פנים און דערנאך מסדר קידושין געווען ביים חתונה פון החתן משה הערש בן מו"ה ר' יואל ברמ"ב ווידער (וועלעכע איז אויפגעצויגן געווארן ביים רבין אלס קינד זייענדיג א יתום ל"ע) מיט הכלה בת ר' דוד ווערטהיימער באולם כינור דוד.

דערנאך האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מרדכי יצחק כ"ץ -בארא פארק ר' ישראל פארגעס באולם בית רחל פארדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון החתן ב"ר אברהם מתתי קאהן -וומסב"ג הכלה בת הר"ר ישראל ארי בערקאוויטש ע"ה -ר' משה מיסקי.

יעצט פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען צום חתונה פון החתן משה הערש ב"ר יואל ווידער באולם כינור דוד, נאכן בענטשן האט די רבי מכבד געווען די זיידעס מיט די ערשטע ברכות, און געזאגט ברכה אחריתא, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרב שמואל קרויס אויסגעריפן די רבין צו מצוה טאנץ, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן און מחותנים, און געטאנצן לפני הכלה און דערנאך מיט די חתן ומחותנים.
אויך האט זיך באטייליגט במשכ'ן חתונה בני חתני ונכדי רבינו בבגדי שבת.
שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days