בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגכ"ג סיון תשפ"א6/3/2021

ווידיאו
שישו ושמחו בשמחת התורה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, דורך הרבני הנגיד ר' גרשון מענדל ניימאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
שמחת "פדיון הבן" פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בביהמ"ד הגדול דושינסקיא, בהשתתפות די זיידעס כ"ק אדמור מדושינסקיא שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ב סיון תשפ"א6/2/2021

בילדער · 5
די ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה אריין אין פולן שוואנג.

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די גיגאנטישע זאלן "קענט עוועניו סקווער" ווי עס וועט פארקומען די חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם.

קא עבידנא יומא טבא לרבנן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטוב פון אלמנת ראזענבערג תחי' ווי די רבי האט געשריבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן לע"נ הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"א סיון תשפ"א6/1/2021

בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסדר קידושין זיין יעצט ביים חופה פון החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, באולם כתר ריזל וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
סאטמאר'ע נייעס 🌴:
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א ביים באזיך ביי גיסו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ביים באזיך האט האדמו"ר מוויזניץ מרכז אפגענומען ברכות קדשו און איינגעלאדענט צום חתונה פון א אייניקיל מארגן אין וויליאמסבורג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן חותן המלך כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און געגעבן א מתנה ספרי הק' "לב אהרן", און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
די רבי און א טאנץ מיטן אבי החתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי אמירת שבע ברכות ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ר' יואל ווידער באולם כינור דוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
אלפי אנ"ש תושבי וויליאמסבורג ביים עצרת רחמים והתעוררות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
עצרת רחמים והתעוררות היינט כ' סיון בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג במעמד אלפי אנ"ש בראשות מורינו הגהצ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלעכע האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד וחובת השעה, און כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג