בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Sunday26 Sivan 57816/6/2021

Report
🌴 שב"ק פרשת שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פרייטאג נאכמיטאג 9:00 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער,

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות "תולדות אהרן" עטה"ק,

נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' יחזקאל מייזליש בן הגה"צ ר' שמעון זאב, כל מקדש: הרה"ח ר' שלמה ברוין -בארא פארק, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב -ירושלים, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שלח לך -לדעתך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור, קה אכסוף: הרב מרדכי דוב מייזליש אייניקיל פון הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל, בענטשן: הגה"צ ר' חיים יודא באב"ד ראש ישיבת תורת חסד, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון הרה"ק ר' שלמה'לע באבוב'ער וואס די יארצייט געפאלט ר"ח תמוז, קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן, ביי די פירות זענען די חתנים אדורך, עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי בן הרה"ח ר' שמחה ישראל אפעל, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין, מען האט געענדיגט 1:50.

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:35, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער -וומ"ס, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' לייבוש שפיצער -וומ"ס, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מאיר סימאן, עליות, כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק כ"ץ, לוי: ר' אהרן ווערצבערגער די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל בתו הנולד למז"ט, שלישי: החתן ב"ר משה בר"מ סימאן, רביעי: הרה"ח ר' שמואל שטיין, חמישי: החתן ב"ר יואל גרינוואלד, שישי: רבינו שליט"א, שביעי: החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער, הוספה: החתן ב"ר מנחם טייטלבוים, אחרון: הגה"צ ר' חיים יודא באב"ד ר"י תורת חסד, מפטיר: הרה"ח ר' שמואל פריעדמאן -בארא פארק, הגבה: הרה"ח ר' ישראל פארגעס, גלילה: הרה"ח ר' משה הערש סופר,
די רבי האט ראש חודש געבענטשט בהתלהבות אש.
מוסף: הרה"ח ר' חיים קארנבלי, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער, מען האט געענדיגט 12:30.

נאכמיטאג 7:40 איז די רבי אריינגעקומען צו פרק פארלערנען און זיך געשטעלט אויפן משנה פרק ג' משנה ב' 'שניהם שישבו יש בינהם דברי תורה' און געטייטשט אויף 12 אופנים בדרך דרוש אגדה ומוסר, און די ענינים פון אכילה לשם שמים, כדי צו קענען דינען דעם אייבערשטן דארף מען קודם האבן צרכי גשמי, מדות ענווה לערנט מען פון הקב"ה, דורך ענווה איז מען זוכה צו געדענקן די תורה, מקיים זיין די עבודת ה' מיט א ברען, תשובה ברבים ווערט גערעכנט פאר תשובה באהבה, מיט תורה וגמ"ח איז מען מהפך מדות הדין לרחמים, די תורה איז מאריך ימים פאר א מענטש, מען זאל עוסק זיין און אהבת ישראל בפרט יעצט חודש תמוז, און ביים סוף געזאגט דברי הדרכה פאר די ימי הקיץ וואס מען פארט אוועק, מען האט געענדיגט 8:40,

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:55, מנחה: הרה"ח ר' יואל ב"ר עקיבא הירש, הוצאה והכנסה: הר"ר משה יוסף אשכנזי -מאנסי, כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד -אוסטראליא, לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער -משמש, שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטלמאן -ב"פ, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הגה"צ ר' יוסף חיים גרינוואלד, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק "והיה באכלכם לחם הארץ תרומי תרומה לה'" און געטייטשט בדרך מוסר אז דורך עוסק זיין בתורה ווערן אוועקגענומען די מלאכים המשחיתים וואס ווערן באשאפן פון עבירות, ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן, קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין -מאנטריאל, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, ביים ארויסגיין האט מען ארויסבאגלייט די רבי מיטן ניגון כי מלאכיו לקראת די רבינ'ס "מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון" מען האט געענדיגט 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שישו ושמחו בשמחת התורה

היינט קומט פאר די שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג, דורך "משפחת ראזענבערג" הנכבדה לע"נ בעלה /אביהם הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הקדושה, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אפרעכטן די רקידי קודש און פארזאגן לדוד מזמור כנהוג.

די סעודה לגמרה של תורה וועט פארקומען אינאיינעם מיטן סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה אינעם גיגאנטישן קענט עוועניו סקווער וואס איז נתנדב געווארן דורך די משפחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!


מיט א התרגשות והתרוממות דקדושה, און מיט איבעראשטע געמיטער גרייטן זיך אנשי שלומינו דרי ארץ הקודש צו אויפנעמען און מקבל זיין פני קדשו פון עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א וועלעכע וועט אינטערנעמען א קורצע מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון" פוקד זיין ציונו הקדוש פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

לויט ווי סהייסט יעצט וועט זיך רבינו שליט"א ארויסלאזן פון מעון קדשו בקרית יואל דעם מאנטאג אויפדערנאכט און אנקומען קיין ארה"ק "יום ג' שנכפל בו כי טוב" -דינסטאג אינדערפרי ווי די רבי וועט צופארן קיין סביון.

במשך די טעג וועט פארקומען די גרויסע הייליגע מעמדים "באתרא קדישא מירון" און א גרויסן כינוס אנ"ש בארה"ק אינאיינעם מיטן סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', במשך די טעג וועלן אנ"ש תושבי ארה"ק האבן די זכיה אריינצוגיין בקודש פנימה לברך ולהתברך מקבל זיין ברכות קדשו און פויעלן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט, דאנערשטאג פארנאכטס וועט זיך די רבי צוריקקערן למעון קדשו בקרית יואל.

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴

הנה ימים באים!

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday24 Sivan 57816/4/2021

Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

דעם שב"ק קומט פאר די שמחת עלי לתורה פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ בן הגה"צ אב"ד טשאקאווא שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער רב דביהמ"ד תפארת שמואל בן הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר חתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, קומט פאר בבית מדרשינו אויף 18'טע עוועניו אין בארא פארק.

שישו ושמחו בשמחת רביהק זי"ע

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
🌴 ו' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' זלמן לייב זופניק ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יוסף סרגו,

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט און ממשיך געווען די (נעכטיגע) וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' זלמן לייב פערל ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday23 Sivan 57816/3/2021

Report
🌴 ה' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אהרן דוד רובענשטיין, און די ברית לבן הנולד לר' ירמי בנציון קאפעל ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל פרנס.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.


נאכמיטאג האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת הכנסת ספר תורה צו בית מדרשינו הגדול קרית יואל דורך הרבני הנגיד ר גרשון מענדל ניימאן, ווי די רבי האט אריינגעברענגט די תורה און געטאנצן די הקפות און מכבד געווען די בעלי שמחה צו טאנצן און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור און געווינטשן ברכות קדשו פארן חשובע נדבן הרבני הנגיד ר' גרשון מענדל ניימאן.


שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' חיים פעקעטע -וויליאמסבורג ר' משה סימאן -קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Report
🌴 ג' - ד' שלח
בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

ג' שלח:
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר גדלי' דוד זאלדאן, וב"ר שלמה לייב וויינבערגער

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

זעהט די עקסטערע באריכט פון וויליאמסבורג ביי די נעכטיגע מעלדונגען


ד' שלח:
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יודא פריעדמאן, ובן הנולד לר' אלכסנדר ישראל לאנדא, ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג',

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יואל בן הגה"צ ר' יוסף חיים גרינוואלד הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער באולם בית רחל פאראדייס,

און ביים חופה פון די מחותנים ר' מאיר מענדל ווייס ר' משה בר"ב ווייס באולם כינור דוד,

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל בר"א זילבערשטיין ר' אברהם יודא וויינפעלד -אוסטראליע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday22 Sivan 57816/2/2021

Report
🌴 ג' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

היינט אין וויליאמסבורג איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון "כתר ריזל" ווי די רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חתונה פון החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון "עטרת אברהם" ווי די רבי האט באשיינט די מעמד קבלת פנים ביים שמחת החתונה פון הכלה בת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא מנהל כתה ט' במוסדותינו הק' ב"פ חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיט החתן נכד הרה"ק מטאהש זי"ע די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און די זיידעס.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת ראזענבערג תחי' ווי די רבי האט געשריבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן לע"נ הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו.

שפעטער האט זיך די רבי באטייליגט ביים חתונה פון בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און זיידעס, און געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און דערנאך מיטן חתן און די זיידעס און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד מיטן אבי החתן מאנסי רב שליט"א.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון "עידן פעלעס" ווי די רבי האט באשיינט די שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן ומחותנים און געטאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט און א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday21 Sivan 57816/1/2021

Report
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו

היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן הרב ישעי וואזנער יונגסטע זון פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' מאנסי שליט"א אייניקל פונעם פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"ג ר' ליפא גרויס בן הגה"צ ר' אלי מקערעסטיר בערבעשט, וחתן הגה"צ ר' אברהם ווייס מפרעשבורג, קומט פאר באולם כתר ריזל וויליאמסבורג, ווי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און זיך משתתף זיין ביים חופה, און שפעטער ביים חתונה און טאנצן מצוה טאנץ.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 ב' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישראל מאיר פריעדמאן ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל,
און די ברית לבן הנולד לר' מרדכי לייב צוויבל -מאנסי ווי די רבי איז געווען סנדק.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר אשר מענדל כהנא.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי באשיינט "בבגדי שבת" די מעמד קבלת פנים און דערנאך מסדר קידושין געווען ביים חתונה פון החתן משה הערש בן מו"ה ר' יואל ברמ"ב ווידער (וועלעכע איז אויפגעצויגן געווארן ביים רבין אלס קינד זייענדיג א יתום ל"ע) מיט הכלה בת ר' דוד ווערטהיימער באולם כינור דוד.

דערנאך האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מרדכי יצחק כ"ץ -בארא פארק ר' ישראל פארגעס באולם בית רחל פארדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון החתן ב"ר אברהם מתתי קאהן -וומסב"ג הכלה בת הר"ר ישראל ארי בערקאוויטש ע"ה -ר' משה מיסקי.

יעצט פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען צום חתונה פון החתן משה הערש ב"ר יואל ווידער באולם כינור דוד, נאכן בענטשן האט די רבי מכבד געווען די זיידעס מיט די ערשטע ברכות, און געזאגט ברכה אחריתא, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרב שמואל קרויס אויסגעריפן די רבין צו מצוה טאנץ, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן און מחותנים, און געטאנצן לפני הכלה און דערנאך מיט די חתן ומחותנים.
אויך האט זיך באטייליגט במשכ'ן חתונה בני חתני ונכדי רבינו בבגדי שבת.
שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday20 Sivan 57815/31/2021

Report
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה עד ה'

און ליכט פון די שווערע מאורעות הזמן ובפרט ווען מען איז זקוק פאר א שמירה עליונה אז די זומער זאל דורך גיין בשלום, קומט היינט "כ' סיון" פאר א גרויסע מעמד עצרת רחמים והתעוררות במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג.

עפ"י קריאת ובפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ליגט א חוב אויף אנ"ש תושבי וויליאמסבורג זיך משתתף זיין ביים עצרת רחמים והתעוררות

מען וועט דאווענען מנחה און דערנאך אמירת תהילים וי"ג מדות של רחמים ברוב עם, פתיחת עצרת דורך הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ ורב ביהמ"ד ברך משה, א רייכע דרשה וועט מען הערן דורך הרה"ג פמ"מ ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א
חובת השעה ומשא המעמד דב"ק דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, עם ה' חזקו ונתחזקה וועט מען הערן דב"ק פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א

לכו ונשיבה אל ה' כי הוא טרף, יך ויחבשנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days