היינט דינסטאג איז דער "קריטישע טאג" פארן יהדות החרידת און ניו יארק ווען אלע עסקנים בעטן זיך ארויסצוגיין שטימען און די מאסן ובפרט פארן "פרעזידענט טראמפ" יר"ה אלס הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת פדיום שבוים און צו קענען אויפטיען אויך אין עתיד עשה למען אסירי ישראל!! כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!! בפרט איז דער טאג קריטיש פאר תושבי קרית יואל ווען די "קרית יואל בלאק וואוט" מיז שטייגן מיט די ציפערן "תושבי קרית יואל וועלן היינט ארויסווייזן די אחריות פון יעדע יחיד פארן ציבור און ארויסווייזן א כח ווי קיינמאל בעפאר בס"ד" מיטן ארויסברענגען די קרית יואל בלאק וואוט און ארויסגיין ווי פריער שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאטן נעמט עס נישט פאר לייכט זייט נישט קיין צועק לשעבר עשה למענך אם לא למעננו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל ווייס -ק''י ר' משה לוי ברוין -ק''י נעכטן איז פארגעקומען די תנאים פון די מחותנים ר' חיים קליין -ק"י ר' מיכל פריעדמאן -ק"י
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' אשר אנטשיל ווייזער -וומ"ס ר' אליעזר זוסמאן ראטה -ק"י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים ר' אברהם שמואל געשטעטנער -ק"י ר' יואל ברש"י טעלער -ק"י באולם בית רחל פאראדייס און ביים חופה פון די מחותנים ר' לוי נחמי מאנדל -ק"י ר' ישראל חיים כ"ץ -ק"י באולם קרן ויואל משה
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחור ב"ר נחום אברהם שווארץ -ק"י
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק ב' והיה כעץ שתול על פלגי מים... וכל אשר יעשה יצליח.
בילדער · 4
דרשת פתיחת הזמן היינט אין ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" דורכ'ן ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די "אריבער טויזענט" תלמידי הישיבה פון אלע סניפים
נייעס
שמעו את דבר ה' היינט ארום 1:30 וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -ראש ישיבתינו אויפטרעטן מיטן דרשת פתיחת הזמן דברי תורה, חיזוק, והדרכה, פאר תלמידיו די אריבער 1000 תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" פון אלע סניפים, די דב"ק "דרשת פתיחת הזמן" וועט פארקומען אונעם נייע בנין המתיבתא סניף "קדושת יואל" ווי עס וועט זיין בלויז בענק צו קענען אקאמאדירן די אריבער טויזנט בחורים השותים בצמא את דבר ה' עס וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט א לייוו האק אפ אויף קול סאטמאר אויף3-1-1 פון די מעין מעניו =לכו בנים שמעו לי=
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' אהרן פערל -ק"י ר' אברהם יצחק הערשקאוויטש -ק"י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים הגה"צ ר' יודא אלישע הורוויץ -ק"י הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל -ק"י באולם בית רחל פאראדייס