פראנט ראננער מעיאר קאנדידאט עריק עדעמס אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' וויליאמסבורג מיטן די "אנ"ש וואל קאמיטע" און שפיץ פון העסקן הרב נפתלי משה אינדיג, האבן היינט נאכמיטאג באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוומ"ס, ווי "עדעמס" האט פארשפראכן צו שטיין לימין היהדות החרדית ובפרט מיטן גזירת החינוך נישט צו שטערן אונזער חינוך (ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז אדרבה ער וויל עס נאכטוען ביי די גוים) און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.
עדעמס פאר סאטמאר, סאטמאר פאר עדעמס
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
בילדער · 5
ארבעט ביים הערליך איבערמאכן די "מקוה" אין ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' בקרית יואל שכונת לעמבערג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
אין די יעצטיגע זוממער טעג ווען מען איז אסאך אויף די וועגן נוצט אויס די צייט צו הערן שיעורי תורה סיינט אייך אויף צו באקומען די גאר אינטערעסאנטע שיעורים פון קול התאחדות אברכים
היינט אין וויליאמסבורג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בהיכל כוללינו בבית מדרשינו הגדול, ווי די רבי האט זיך אומגעקיקט צווישן די רבני הכולל און באגלייטונג פונעם ראה"כ הגה"צ ר' הירצקא צוויבל שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ בן הגה"צ אב"ד טשאקאווא שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער רב דביהמ"ד תפארת שמואל בן הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר חתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א,
צוגעשטעלט געווארן דורכן גרויסן פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (נאכדעם וואס ביי די חתונה איז די רבי געווען אין אתרא קדישא מירון) בהיכל ישיבה קטנה "היכל התורה" וומ"ס, פאר נכדי רביה"ק זי"ע, און פאר די תלמידי הישיבה ווי די אבי החתן דינט אלס מגי"ש.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
הערט דעם צווייטע גאר רייכע אינטערוויא מיט העסקן הנמרץ הרב נפתלי משה אינדיג -ווי ער ברענגט אויך ארויף דעם אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט, עריק עדעמס וועלעכע פארשפרעכט צו שטיין ווייטער אזויווי ער איז געשטאנען אינעם עבר די לעצטע 20 יאר לימין היהדות החרדית, צו ווייטער קעמפן פאר אונזערע רעכטן סיי איבערן "גזירת החינוך" און סיי וואס ספעלט זיך אויס פאר די יהדות החרדית.
ריפט קול סאטמאר #14 פון די מעין מעניו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
"..איך וועל באקעמפן די גזירת החינוך.."
עריק עדעמס דער ערשטער לטובת די חינוך!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
עדעמס פאר סאטמאר, סאטמאר פאר עדעמס
יעדע יחיד מאנ"ש איז שולדיג אן הכרת הטוב, צאלט עס אפ אין שטים-בודקע!!!
"..אונז זעמיר אים שולדיג הכרת הטוב און מיר זענען מחיוב אים צו ווייזן אונזער שטיצע כדי ער זאל מצליח זיין.."
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בברכות הקודש פאר די עסקנים.
עריק עדעמס פאר ניו יארק סיטי מעיאר
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לטובתינו, לטובת דורותינו, לטובות קהלתינו ומוסדותינו, ולמען עתיד הרחבת גבולי הקדושה
דעי וואך פרשת חוקת ביז קומענדיג ג' בלק וועלן תושבי ברוקלין ארויסווייזן א פאראייניגטע כח פון "קידוש ה' און הכרת הטוב" און בעז"ה פארזעכערן די עתיד בכלל ובפרט, פאר תושבי ברוקלין בכלל און פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' בפרט, מיטן ארויסגיין שטימען פארן "אנ"ש" אינדערסירטע קאנדידאט עריק עדעמס פאר ניו יארק סיטי מעיאר פארוועם אנ"ש זענען שילדיג א הכרת הטוב, סיי אין וויליאמסבורג און סיי ביי די אנעקסעישן אין קרית יואל, ווען ער האט שוין פאקטיש געברענגט צום טיש און געוויזן זיין געטריישאפט צום היימישן ציבור בכלל און פאר אנ"ש בפרט.
מיטן שטימען פאר "עריק עדעמס" זענט איר בס"ד א חלק אינעם עתיד אז ער זאל קענען אויפטוען פארן כלל און פארן פרט "ובעיקר צו קעמפן אקעגן די גזירת החינוך".
געדענקט!! נאר מיט אייער שטימע וועלן די עסקנים באווייזן אינעם עתיד אייך צו קענען העלפן, נעמט עס נישט פאר לייכט, איש בעל יעדר
=פארן פרישן אינטערוויא מיט העסקן הנמרץ הרב נפתלי משה אינדיג ריפט קול סאטמאר #14 פון די מעין מעניו.=
יעדע שטימע ציילט! אל תפרוש מן הציבור ובשם ה' נעשה ונצליח
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושא לפרוץ בזה.
דערנאך האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.
להעמיד חומה בצורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
היינט קומט פאר די חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת "יסודי התורה" בקרב קהלתינו הק' מאנסי בשעה 7:30 אינעם פראכטפולע זאלן פון גרענ"ד ווי"א טערע"ס, בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, אלס נועם הכבוד וועט דינען הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת התורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' צבי אלימלך ט"ב רב דביהמ"ד 'תפילה למשה' דקהלתינו בארא פארק, בן הגה"צ אב"ד בית אהרן ונכד כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מיט די כלה בת הרה"ג ר' יעקב יוסף טווערסקי נכד כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, קומט פאר בביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא בבארא פארק.
די רבי האט אנגעהויבן דערציילענדיג א מעשה פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס איז געפארן צו א ברית אינעם שטאט 'בערגסאס', און אויפן וועג אהיים האבן אים די שטאט 'מונקאטש' איינגעלאדענט פאר א באזיך, אבער ער האט אפגעזאגט, האבן זיי אינטערגעשמירט די בעל עגלה אז ער זאל אהיים פארן קיין אוהעל דורך מונקאטש, ביים זיך איינדרייען אויפן וועג קיין מונקאטש האט זיך די ישמח משה אנגערופן צו בעל עגלה "ווי פארט איר?" האט ער מודה געווען, און געפרעגט "רבי איר קענט דאך נישט קיין וועגן, פון ווי האט איר געוויסט?", האט ער דערציילט א מעשה פונעם רבין פון לובלין זי"ע, וואס איז געפארן אויפן וועג, און א שטעטל האט אים איינגעלאדענט, און נאכדעם וואס ער האט אפגעזאגט האבן זיי אינטערגעשמירט דעם בעל עגלה צו דורך פארן דעם שטעטל, ביים זיך איינדרייען אויפן וועג צום שטעטל האט זיך די רבי פון לובלין אנגערופן צו בעל עגלה "ווי פארט איר?" האט ער מודה געווען און געפרעגט "רבי איר קענט דאך נישט קיין וועגן, פון ווי האט איר געוויסט?" האט ער געענטפערט "ווען ער פארט זעהט ער די שם הוי"ה, און כהאב געזעהן ווען דו האסט דיר איינגערדייט אז די שם הוי"ה האט זיך נישט איינגעדרייט, אזוי האט די ישמח משה פארציילט.
כפארצייל דעי מעשה, איך בין נעכטן געפארן -לא הגיענו לידי מדות זו- אבער כבין נעכטן געווען אינדערפרי אין א"י, סאיז געווען מוצ"ש א מלוה מלכה אין טברי' מהאט געענדיגט זייער שפעט -בעסער געזאגט זייער פרי מהאט געענדיגט כעלות השחר.. -האט מען באשלאסן אז מען גייט דאווענען ביי רבי מאיר בעל הנס, און פון דארט צים פליגער, נאכן דאווענען אויפן וועג, -איך קען דאך נישט קיין וועגן- סאיז געפארן א קאר פארענט און אים איז מען נאכגעפארן, סאיז דא א דרך המלך א הייווע"י ווי מען קען פארן, "..כזעה אבער מען פארט אריין ביי פיסטע בערג, ערגעץ פארט מען, האב איך אים געפרעגט ווי פארט מען?, איך האב נישט געזעהן די שם הוי"ה, כהאב אבער באמערקט אז מען פארט נישט גוט, בקיצור זיי זאגן אז סאיז די א גרויסע טרעפיק און מען דארף דאך זיין זייער פרי -מפארט דאך קיין אויסלאנד, פארט מען פון דא, איז מען געפארן אדורך די אריבישע דערפער ווי מען ריפט עס די "שטחים" כהאב באמערקט ווי מען פארט, כוועל אייך זאגן די 'פחד' וואס איך האב געהאז זיצענדיג אין קאר, כקען אייך נישט זאגן מאיז אדורך געפארן די מסוכנ'דיגסטע מקומות, מזעהט אויפן וואנט 'פה נרצח' וכו' דארט איז דער געהארגעט געווארן וכו' מען איז אדורך געפארן די אלע מתנחל'ישע שטעט, "מען איז געפארן באימה ופחד",
..כוועל זאגן כהאב היינט גומל געבענטשט "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב" מאיז געפארן מיט א פליגער, 'סאך א גרעסערע סכנה איז געווען אדורך צו פארן יענע מקומות ווי צו פארן מיט א פליגער' ..אודה ה' מאד בפי כבין אדורך געפארן און ב"ה קיינער האט נישט גארנישט געטוען! כהאב נישט גענוג ווערטער צו דאנקען דעם בוכ"ע "..כבין אדורך געפארן דעם ים אבער די מדבר וחיות רעות איז נאך א גרעסערע חסד פונעם אייבערשטן".