🌴 מיטוואך חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל בראווער.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח', נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.
עס האבן שלום גענימען עטליכע בחורים וואס האבן זיך צוריקגעקערט פון "אריזאנע" פון שניידן די מהודר'דיגע ווייץ לקראת חג הפסח תשפ"ב, דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס איבער די מהודר'דיגע ווייץ אין אריזאנע. *
פארמיטאג האט באזיכט ביים רבין בביתו נאוה קודש א ליטווישע ישיבה וואס האבן זיך אויפגעהאלטן בגלילות קרית יואל.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די הנהלה פון "מחנה בית רחל" מקבל זיין ברכות הקודש לקראת ימי הקיץ הבעל''ט.
נאכמיטאג איז געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע פריוואטע שמועס. *
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביים חופה פון די מחותנים ר' יחקאל וויינגארטען, הרב יוסף הערש באנעט, באולם כינור דוד. און ביים חופה פון די מחותנים ר' בעריש שעהנברוין, ר' משה שרגא פויגעל, באולם בית רחל פאראדייס.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים הר"ר אייזיק הערש בערקאוויטש, הר"ר חיים וואלף שפילמאן, און דערנאך ביים תנאים אינעם נייעם זאל פון די מחותנים הר"ר יואל ברח"ש שפילמאן, הרה"ג ר' ליפא בן הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 דינסטאג חקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים בן הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל, וב"ר חיים שלמה ווערטהיימער, וב"ר יואל פייערשטיין, וב"ר שמעון דוד משה ווייס, וב"ר חיים יוסף בנציון רייז, וב"ר מרדכי שמעי קויפמאן.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח', די רבי האט דערמאנט די מעשה פון רבי עקיבא וואס האט זיך געפרייט ווען ער האט געזעהן די הצלחה פון די רשעים, ווייל "אם לעבורי רצונו כך כ"ש לעושי רצונו" און געזאגט אז מקומט פון ארץ ישראל און מזעהט א טריפה'נע שטאט מיט הויכע בנינים וכו', מזעהט אז א מלכות הרשעה גייט גוט, דערמאנט מען זיך אין רבי עקיבא, און "אם לעוברי רצונו כך כ"ש לעושי רצונו", און דאס זאגט דוד המלך 'נתתה שמחה בלבי' דורך 'מאת דגנם ותירושם רבו' ווען מען זעהט ביי די רשעים אז ספעהלט זיי גארנישט. נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין היכל הביהמ"ד ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס במשנתו של רבינו הקוה"ט זי"ע. *
פארמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין וויליאמסבורג ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בבית אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א החתן בן חתנו הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ צוגעשטעלט געווארן דורכן גרויסן פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (נאכדעם וואס ביי די חתונה איז די רבי געווען אין אתרא קדישא מירון) בהיכל ישיבה קטנה "היכל התורה" וומ"ס, פאר נכדי רביה"ק זי"ע, און פאר די תלמידי הישיבה ווי די אבי החתן דינט אלס מגי"ש.
דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויף א פלוצימ'דיגע באזיך בהיכל כוללינו "תורה ויראה" בבית מדרשינו הגדול ווי די רבי האט זיך אומגעקיקט צווישן די רבני הכולל און באגלייטונג פונעם ראה"כ הגה"צ ר' הירצקא צוויבל שליט"א, די רבי האט זיך מפלפל געווען מיט די לומדים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח. *
פארנאכטס בביתו נאוה קודש זענען געקומען באזוכן ביים רבין די פראנט ראננער מעיאר קאנדידאט "עריק עדעמס", אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' וויליאמסבורג מיטן די "אנ"ש וואל קאמיטע" און שפיץ פון העסקן הרב נפתלי משה אינדיג, ווי "עדעמס" האט פארשפראכן צו שטיין לימין היהדות החרדית ובפרט מיטן גזירת החינוך נישט צו שטערן אונזער חינוך (ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז אדרבה ער וויל עס נאכטוען ביי די גוים) און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו און זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט אז מען וועט נישט פארגעסן וואס ער האט געטוען פאר קרית יואל און די שווערע צייטן עטליכע יאר צוריק בנוגע די אניקסעיטשון.
דערנאך האט באזיכט די אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט פאר 'סיטי קאנסול' -"לינקלן רעסטלער", און שפעטער די "צווייט אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט פאר מעיאר "ענדראו יענג" מקבל זיין ברכות הקודש ווי זיי האבן פארשפראכן צו שטיין לימין החינוך הטהור און פארן יהדות החרדית בכלל ובפרט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 מאנטאג חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מרדכי טייטלבוים, וב"ר שלמה משה שטעסל, וב"ר לוי יצחק סימאן, וב"ר חיים אברהם ראזענפעלד.
נאכן עולה זיין האט די רבי גומל געבענטשט.
ביי די טעגליכע תהילים שיעור נאכן דאווענען האט די רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו בחסד ה' וואס מען איז אדורך געגאנגען אויפן וועג אהיים פון ארה"ק, -זעט די עקסטערע באריכט פון די דב"ק ביי די פריערדיגע באריכטן. נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים. *
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב ראובן שווארץ, הרב יצחק אייזיק כהנא, באולם כינור דוד. און ביים חופה פון די מחותנים ר' אהרן שמואל יאקאבאוויטש, ר' יואל בר"י פריעדמאן באולם כינור דוד. און ביים חופה פון די מחותנים ר' משה מיכל שלעזינגער, ר' יואל משה זילבערשטיין, באולם בית רחל פאראדייס.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' אלעזר גרובער ר' זלמן מענדלאוויטש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגה' תמוז תשפ"א6/15/2021
באריכט
פראנט ראננער מעיאר קאנדידאט עריק עדעמס אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' וויליאמסבורג מיטן די "אנ"ש וואל קאמיטע" און שפיץ פון העסקן הרב נפתלי משה אינדיג, האבן היינט נאכמיטאג באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוומ"ס, ווי "עדעמס" האט פארשפראכן צו שטיין לימין היהדות החרדית ובפרט מיטן גזירת החינוך נישט צו שטערן אונזער חינוך (ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז אדרבה ער וויל עס נאכטוען ביי די גוים) און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.
עדעמס פאר סאטמאר, סאטמאר פאר עדעמס
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ בן הגה"צ אב"ד טשאקאווא שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער רב דביהמ"ד תפארת שמואל בן הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר חתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א,
צוגעשטעלט געווארן דורכן גרויסן פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (נאכדעם וואס ביי די חתונה איז די רבי געווען אין אתרא קדישא מירון) בהיכל ישיבה קטנה "היכל התורה" וומ"ס, פאר נכדי רביה"ק זי"ע, און פאר די תלמידי הישיבה ווי די אבי החתן דינט אלס מגי"ש.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מאנטאגד' תמוז תשפ"א6/14/2021
באריכט
לטובתינו, לטובת דורותינו, לטובות קהלתינו ומוסדותינו, ולמען עתיד הרחבת גבולי הקדושה
דעי וואך פרשת חוקת ביז קומענדיג ג' בלק וועלן תושבי ברוקלין ארויסווייזן א פאראייניגטע כח פון "קידוש ה' און הכרת הטוב" און בעז"ה פארזעכערן די עתיד בכלל ובפרט, פאר תושבי ברוקלין בכלל און פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' בפרט, מיטן ארויסגיין שטימען פארן "אנ"ש" אינדערסירטע קאנדידאט עריק עדעמס פאר ניו יארק סיטי מעיאר פארוועם אנ"ש זענען שילדיג א הכרת הטוב, סיי אין וויליאמסבורג און סיי ביי די אנעקסעישן אין קרית יואל, ווען ער האט שוין פאקטיש געברענגט צום טיש און געוויזן זיין געטריישאפט צום היימישן ציבור בכלל און פאר אנ"ש בפרט.
מיטן שטימען פאר "עריק עדעמס" זענט איר בס"ד א חלק אינעם עתיד אז ער זאל קענען אויפטוען פארן כלל און פארן פרט "ובעיקר צו קעמפן אקעגן די גזירת החינוך".
געדענקט!! נאר מיט אייער שטימע וועלן די עסקנים באווייזן אינעם עתיד אייך צו קענען העלפן, נעמט עס נישט פאר לייכט, איש בעל יעדר
=פארן פרישן אינטערוויא מיט העסקן הנמרץ הרב נפתלי משה אינדיג ריפט קול סאטמאר #14 פון די מעין מעניו.=
יעדע שטימע ציילט! אל תפרוש מן הציבור ובשם ה' נעשה ונצליח
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושא לפרוץ בזה.
דערנאך האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.
די רבי האט אנגעהויבן דערציילענדיג א מעשה פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס איז געפארן צו א ברית אינעם שטאט 'בערגסאס', און אויפן וועג אהיים האבן אים די שטאט 'מונקאטש' איינגעלאדענט פאר א באזיך, אבער ער האט אפגעזאגט, האבן זיי אינטערגעשמירט די בעל עגלה אז ער זאל אהיים פארן קיין אוהעל דורך מונקאטש, ביים זיך איינדרייען אויפן וועג קיין מונקאטש האט זיך די ישמח משה אנגערופן צו בעל עגלה "ווי פארט איר?" האט ער מודה געווען, און געפרעגט "רבי איר קענט דאך נישט קיין וועגן, פון ווי האט איר געוויסט?", האט ער דערציילט א מעשה פונעם רבין פון לובלין זי"ע, וואס איז געפארן אויפן וועג, און א שטעטל האט אים איינגעלאדענט, און נאכדעם וואס ער האט אפגעזאגט האבן זיי אינטערגעשמירט דעם בעל עגלה צו דורך פארן דעם שטעטל, ביים זיך איינדרייען אויפן וועג צום שטעטל האט זיך די רבי פון לובלין אנגערופן צו בעל עגלה "ווי פארט איר?" האט ער מודה געווען און געפרעגט "רבי איר קענט דאך נישט קיין וועגן, פון ווי האט איר געוויסט?" האט ער געענטפערט "ווען ער פארט זעהט ער די שם הוי"ה, און כהאב געזעהן ווען דו האסט דיר איינגערדייט אז די שם הוי"ה האט זיך נישט איינגעדרייט, אזוי האט די ישמח משה פארציילט.
כפארצייל דעי מעשה, איך בין נעכטן געפארן -לא הגיענו לידי מדות זו- אבער כבין נעכטן געווען אינדערפרי אין א"י, סאיז געווען מוצ"ש א מלוה מלכה אין טברי' מהאט געענדיגט זייער שפעט -בעסער געזאגט זייער פרי מהאט געענדיגט כעלות השחר.. -האט מען באשלאסן אז מען גייט דאווענען ביי רבי מאיר בעל הנס, און פון דארט צים פליגער, נאכן דאווענען אויפן וועג, -איך קען דאך נישט קיין וועגן- סאיז געפארן א קאר פארענט און אים איז מען נאכגעפארן, סאיז דא א דרך המלך א הייווע"י ווי מען קען פארן, "..כזעה אבער מען פארט אריין ביי פיסטע בערג, ערגעץ פארט מען, האב איך אים געפרעגט ווי פארט מען?, איך האב נישט געזעהן די שם הוי"ה, כהאב אבער באמערקט אז מען פארט נישט גוט, בקיצור זיי זאגן אז סאיז די א גרויסע טרעפיק און מען דארף דאך זיין זייער פרי -מפארט דאך קיין אויסלאנד, פארט מען פון דא, איז מען געפארן אדורך די אריבישע דערפער ווי מען ריפט עס די "שטחים" כהאב באמערקט ווי מען פארט, כוועל אייך זאגן די 'פחד' וואס איך האב געהאז זיצענדיג אין קאר, כקען אייך נישט זאגן מאיז אדורך געפארן די מסוכנ'דיגסטע מקומות, מזעהט אויפן וואנט 'פה נרצח' וכו' דארט איז דער געהארגעט געווארן וכו' מען איז אדורך געפארן די אלע מתנחל'ישע שטעט, "מען איז געפארן באימה ופחד",
..כוועל זאגן כהאב היינט גומל געבענטשט "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב" מאיז געפארן מיט א פליגער, 'סאך א גרעסערע סכנה איז געווען אדורך צו פארן יענע מקומות ווי צו פארן מיט א פליגער' ..אודה ה' מאד בפי כבין אדורך געפארן און ב"ה קיינער האט נישט גארנישט געטוען! כהאב נישט גענוג ווערטער צו דאנקען דעם בוכ"ע "..כבין אדורך געפארן דעם ים אבער די מדבר וחיות רעות איז נאך א גרעסערע חסד פונעם אייבערשטן".
הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגג' תמוז תשפ"א6/13/2021
באריכט
🌴 א' חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאווענט שחרית ביים ציון הקדוש פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס, און נאכן דאווענען פוקד געווען די ציון הקדוש.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך דערנאך ארום 7:30 (א"י זייגער) האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום שטאט לוד ווי די רבי האט פארלאזט ארה"ק קיין אמעריקא, נאכן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע וואך אויף א קורצע "מסע קודש" אין "אתרא קדישא מירון". ארום 10:05 (א"י זייגער) איז די רבי אנגעקומען אינעם לוד לופטפעלד, ארום 12:00 (א"י זייגער) האט זיך בשעטו"מ געהויבן די פליגער.
ברוך הבא בשם ה' נאכמיטאג 4:31 (אמירעקאנע זייגער) האט געלאנדעט די פליגער אינעם נוארק עריפארט, 6:37 איז די רבי אנגעקומען בביתו נאוה קודש בקרית יואל. בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' זלמן לייב קאפפעל, ר' משה יודא גאלדבערגער, באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' בנימין זאב שווארץ, ר' חיים נחום וויינשטאק, באולם כינור דוד.
ארום 7:45 איז די רבי אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל, צום ערשט האט די רבי אפגעשטאט א באזיך אינעם נייעם "פראכטפולע תנאים זאל" בביתו נאוה קודש מרביהק זי"ע אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, וואס וועט פארשפארן שווערע טויזענטער דאללארן פאר אנ"ש בעת שמחתם, וועלעכע איז פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת בנדבת הרבני הנגיד ר' גדלי סעגעדין, לרגל די תנאים פון בתו היינט נאכט. דערנאך איז פארגעקומען די זמני כניסה, צווישן אנדערע האט די רבי אפגעשוירן די חאלאקע פון בן ר' חיים שלמה פישער -משב"ק.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' איסר יודא בערגער, הרבני הנגיד ר' גדלי סעגעדין.
נאכן תנאים האט די רבי קובע מזוזה געווען אויפן נייעם זאל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשב' תמוז תשפ"א6/12/2021
באריכט
הדרא דלא אפשר למיפרט בשפוותא
דאס איז דער טריקענער אויסדרוק אויפ'ן לעכטיגן און גאר דערהויבענעם שב"ק וואס אנשי שלומינו תושבי ארה"ק האבן זוכה געווען מיטצולעבן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין עיה"ק צפת ת"ו
בלי שום גוזמא! ס'איז נישט מעגליך בכלל אראפצוגעבן אין די ראמען פון א באריכט דאס געהויבנקייט, דאס התרגשות, דאס הייליגקייט פונעם לעכטיגן שבת, אנגעהויבן פון די תפילות ליל שב"ק, דער געהויבענער שלחן הטהור ביז צו די פארטאגס שעה'ן, די תפילות יום שב"ק, דער הערליכער סעודת יום שב"ק אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א, דער התעוררות'דיגער סעודת רעווא דרעווין, די מעמד מרומם מוצש"ק ביים סיום רבתי אויף מסכת יבמות אינעם מסגרת יסודי התורה, דיו אילו ימי וכל מי כנישותא זענען מיר נישט ביכולת דאס צו באשרייבן.
פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פרובירן צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דוירכאויס דעם שבת בצל הקודש.
פון דאנארשטאג נאכמיטאג האט מען שוין געזעהן סאטמארע חסידים זיך דרייען אין די געסלך בעיר העתיקה צפת ת"ו ווי ביי זיך אינדערהיים, ספעציעל די וועלכע זענען געקומען מיט זייערע משפחות, אבער דער גרויסער שוואונג האט זיך אהנגעהויבן פרייטאג אינדערפרי נאך תהלים, ווען דער גרעסערער חלק ציבור איז אריבער פון מירון קיין צפת, אידן פון אלע יארגענג און פון אלע שפעט בארה"ק האבן זיך געשלעפט מיט די רענצלך איבער די צפת'ער בערג מיט א געוואלדיגע תשוקה און שמחה, "עפעס א קלייניקייט? מ'זעמיר זוכה צו א שבת מיטן רבין בלויז מיט אונז בני ארה"ק!!!!" .
רבינו שליט"א זעלבסט איז אהנגעקומען קיין צפת שוין נאך די מקוה א האלבע שעה פארן זמן, דאס דאווענען איז פארגעקומען אין א היכל אינעם בנין פון תומר דבורה הארט נעבן דעם צפת'ער ביה"ח, ביים זמן הדלקת הנירות זענען זיך צוזאם געקומען אלע סאטמארע בחורים פון ירושלים און בני ברק צו א ספעציעלע דרשת הכנה פון הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א בן מרן רבינו שליט"א, בערך א 3/4 שעה נאכן זמן ווען דער רבי איז אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד וואס איז געווען מלא על כל גדותיו האט דער רבי תיכף ציגעטרעטן צום עמוד צו הודו, די הרגשים פון יענע רגע וואלט מען נישט פארקויפט פאר כל הון בעלמא!
נאך מנחה האט מען געהערט קורצע אבער פלאם פייערדיגע דברי פתיחה פון הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א, מנה"ר ישיבה גדולה ב"ב, איבער די געגועים און תשוקה פון אונז תלמידי וחסידי רבינו שליט"א בארה"ק צו אבינו רועינו עט"ר שליט"א וכמים פנים אל פנים, און איבער דער תכלית והשפעה וואס מ'דארפ ארויסנעמען פון אזא זעלטענעם געהויבענעם שבת קודש.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו, א התרגשות'דיגע לכה דודי העכערן ציון הק' פונעם בעל לכה דודי, די ריקודין ביי בואו בשלום, ווען א האלבער עולם שטייט אויף די בענקלעך און טישן מיט די קינדער אין די הענט לראות את הצדיק בעבודתו, און דער רבי טאנצט בכל כוחו לכבוד שבת, אויסגעדרייט בלויז צו די רעכטע זייט כמנהג צפת אז מ'דאווענט צו דרום און צו בואו בשלום דרייט מען זיך צו מעריב, און מ'זינגט איבער דער ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, אט דאס איז געווען א מחזה נורא צו געדענקן, דערנאך די פייערדיגע ריקודין בר יוחאי כמנהג מירון לכבוד התנא אלוקי, האט יעדן ארויף געטראגן אין די הויכע ספערן.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער 'גוט שבת זאגן', וואס האט גענומען א לענגערע צייט, דער ציבור איז אריין אין זאל עסן די סעודת שבת, ווען דערביי האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה הגה"צ חדב"ן רב ד'ביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א , און מ'האט געזינגען זמירות שירות ותשבחות בדיבוק חברים.
צו די באשטימטע צייט איז דער גאנצער עולם ארויס אין הויף צום ספעציעל אויסגעשטעלטן שלחן הטהור. דער שטח האט זיך בליץ שנעל אנגעפילט עד אפס מקום אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס פירן טיש אויף דעם ארט איז געווען א באזונדערע סייעתע דשמיא כדי יעדער זאל האבן פלאץ.
האב'נדיג די מעלה אז דער שטח געפינט זיך צופיס'נס פונעם בארג, הארט נעבן דעם בית החיים העתיק אין צפת, האט מען געקענט אויף די בערג העכערן שטח אויסשטעלן גענוג פלאץ פאר די הונדערטער נשים פון אנ"ש בארה"ק זאלן גענען גוט מיטהאלטן דעם גאנצן טיש.
בערך אום 11:30 איז מרן רבינו שליט"א ארויסגענומען צום שלחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם באש להבה כדרכו בקודש. א ברען האט ארומגענומען אלע תלמידים וחסידים וואס האבן שוין אזוי לאנג ארויסגעקוקט אויף אט דעם געהויבענעם מאמענט. מיט אשת חיל האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א. תיכף נאך די פריסת המוציא האט דער רבי שליט"א אויפגעהויבן דעם גאנצן ציבור און אריבערגעפירט קיין את"ק מירון, מיט א הקדמה פון א צאנזע מעשה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז קומען קיין צפת ווען מען קען נישט זיין אין מירון איז נישט גורע נאר מוסיף, און תיכף ארויס אין א פייערליכע טאנץ לכ' התנא האלוקי רשב"י.
נאך איידער מען האט אויפגעגעבן די פיש האט מען פארברענגעט מיט שירות ותשבחות און דברות קודש לכבוד התנא אלוקי רשב"י על דרך דרוש וחסידות.
במשך דער טיש האט דער רבי שליט"א עטליכע מאהל מאריך געווען בדברות קודש. מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' אליעזר ערענסטער רב דק' מאור חיים צפת שליט"א און מיט מנוחה ושמחה הגה"צ רב ד'צאנז שטובל בצפת שליט"א. מיט קה אכסוף האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אדמו"ר מ'סערעדנא-ב"ב שליט"א, מיט ברכהמ"ז בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א דערציילט א לענגערע סיפור איבער דודו מרן רביה"ק ז"ל ווען ער האט געוויילט בעיר צפת. און מיט אז ביום השביעי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי אלי' וואלף יאקאב שליט"א רב ראשון לציון.
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:50. מיט אמירת הברכות איז מכובד געווארן הרה"ג רבי שלום קליין שליט"א, און מיט פסוקי דזמרא הרה"ג ר' יצחק אייזיק פריעדמאן שליט"א ראה"כ ד'קהלתינו בית שמש, און צו תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות כדרכו בקודש.
מיט פתיחת הארון הקודש ואמירת שמע ישקראל איז מכובד געווארן הרה"ג דומ"ץ ד'קהלתינו ב"ב שליט"א, ביים די בימה זענען געשטאנען די גבאי קהלתינו פון ירושלים און ב"ב הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו און הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א און מסדר געווען די עליות וכיבודים.
כהן האט עולה געווען הרה''ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א, לוי – הרה"ח הנכבד ר' אלי' זאב לעווי הי"ו פון עיה"ב וויען, שלישי – מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א, רביעי – הגה"צ רב ביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א, חמישי – הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, שישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און דאן קורא שם געווען פאר עטליכע ניי געבוירענע מיידלעך ביי אנ"ש למז"ט, שביעי – הנגיד מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק ד'קהלתינו לאנדאן, הוספה – הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, אחרון – הגה"צ אב"ד סיגוט שליט''א מפטיר -הרה"ח הנכבד ר' מאיר הירש הי"ו, מראה"ק והמוסדות אין קרית יואל.
מיט הגבה וגלילה זענען מכובד געווארן די צוויי מנהלים הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליטא מנה"ר ת"ת ב"ב, הרה"ג ר' יושע קליין שליט"א מנה"ר ישיב"ק ירושלים.
תפילת מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ רב ביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און מען האט געדוכנ'ט נאר ביי מוסף כמנהג צפת. מיט פתיחה ביי אנעים זמירות איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בית שמש.
רבינו שליט"א האט קידוש געמאכט בחדרו הפרטי, און דערווייל איז דער ציבור אריין אין חדר אוכל ווי מען האט זיך געוואשן צום סעודת יום שב"ק. צוליב מאנגעל אין פלאץ האט מען מסדר געווען א באזונדער ארט פאר די סעודת יום שב"ק פון די הונדערטער בחורי חמד, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און אינצווישן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה און זיך געוואשן, און דאן האט דער רב שליט"א ממשיך געווען.
בתו"ד האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די קשר אמיץ וחזק וואס אנ"ש בארה"ק האבן מיטן רבין וכמים פנים אל פנים די אהבה וואס רבינו שליט"א האט צו אנ"ש בארה"ק טייטשנדיג דעם 'פרשה זו יפ"ה נדרשת' אז די מצוה צ"ה איז בנין המשכן וואס איז אלעס געווען 'על פי ה' ביד משה', אבער דאס איז געווען די שבח פון בצלאל כאטשיק ער איז געווען מלא חכמה ומדע וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקן, אעפ"כ האט ער געפרעגט יעדע זאך פון משה רבינו, און דאס איז געווען אויף וואס קרח האט חולק געווען.
במשך די גאנצע סעודה האט דער ציבור געזונגן שירות ותשבחות מיט א התרוממות הנפש אינאיינעם כאיש אחד ובלב אחד, נאך וואס דער רבי שליט"א האט געזונגן דער זמר חי ה' האט הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א געשטעלט עטליכע פראגן צום רבי'ן שליט"א אויף פארשידענע ענינים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט א צוגעלאזנקייט און נאנטשאפט. צווישן אנדערע האט דער רבי אויסגעשמועסט און דערציילט זיינע זכרונות פון די נסיעות פון דודו רבינו הקוה"ט זי"ע בעל דברי יואל קיין אר"י בשנות תשט"ו, תשי"ט, תשכ"ה, מיט אסאך פרטים וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן דאס ארויסבאגלייטן און דאס מקבל פנים זיין דודו הגדול, לימין פון זיין טאטן רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה. אויף די פראגע בנוגע די יעצטיגע איבערקערענישן בארה"ק ווען עס טוישט זיך די רעגירונג וואס דאס איז נוגע פאר סאטמארע חסידים האט דער רבי געענטפערט א קורצע תשובה בדרך מליצה: לא רע"ה זה כרע"ה זה אלא שדרכם לילך ולהזיק.....! אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסן נאך פארשידענע ענינים בעניני דעות, ובעניני שמיטה ווי דער רבי האט דערציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים מאוצר זכרונותיו פון די שמיטה יאר ווען ער האט געוואוינט אין אר"י.
שפעטער האט מען מאריך געווען בזמירות שירות ותשבחות גאר א לאנגע צייט מיטן זמר ברוך ה' יום יום איז מכובד געווארן הרה"ג רבי יצחק דוד יאקאב שליט"א פון ירושלים, מנה"ר ישיב"ק-ב"ב, מיטן זמר ברוך א' עליון - הרה"ג ר' אברהם מאיר דירענפעלד שליט"א מנה"ר ת"ת-בי"ש. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט קורצע דברות קודש און געזאגט פארן ציבור אנ"ש אז ער פלאנט אי"ה צו קומען עפטער אויף קורצע נסיעות קיין ארה"ק - מירון, און אויך זיך צו טרעפן מיט אנ"ש אחים לדעה. מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער זייגער האט שוין געקלאפט כמעט 4:00 אזייגער נאכמיטאג ווען מ'האט פארענדיגט דעם טיש.
נאכמיטאג האט הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א חדב"ן , פארגעלערנט א הערליכן שיעור אין פרקי אבות פאר'ן ציבור אנ"ש פול מיט הדרכה וחיזוק.
צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען א האלבע שעה נאכן זמן הדלה"נ מיט פתיחת הארון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט", כהן - ר' אברהם יהושע גלאנץ, לוי - מוה"ר יואל ב"ר אברהם חיים וויינבערגער הי"ו, שלישי - הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, הגבה - מרן רבינו שליט"א , גלילה - הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו יו"ר הנהלת ממלכת התורה וומסב"ג.
דאס התעוררות ביים מעמד רעוא דרעווין אויפן שטח אינעם הויף איז געווען א מורא'דיגער מעמד, די ניגוני דביקות בעפאר די זמירות, די זמירות זעלבסט און די קבלת עול מלכות שמים מיט א פייער'דיגן ברען האט אפגעהילכעט מסוף עיר צפת ועד סופו, מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל המוסדות בי"ש, שיר המעלות - מוה"ר ישכר בצלאל יאקאב הי"ו מנהל המוסדות ירושלים, דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בדי"ת חיזוק והתעוררות בעניני מסירות נפש, ידיד נפש - מוה"ר משה חיים ווייס, אל מסתתר - מוה"ר יחזקאל ראטטער. רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און נאך מעריב געמאכט הבדלה דארט אינעם שטח אויפן הויף, די הבדלה האט געהאלטן בשותפות 2 חשובע קינדער מתלמידי מוסדותינו ירושלים און בני ברק.
מוצש"ק אין א שפעטע שעה זענען די באסעס אפגעפארן צום מעמד רבתי סיום יסודי התורה אינעם גיגאנטישן זאל 'מגיה' אין טברי' ווי דער ריזיגער ציבור האט זיך משמח געווען לכבוד התורה בראשות כ"ק רבינו שליט"א מייסד החבורה, דער רבי איז געפארן מיט די קאר פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר מנחם שלמה פריעדמאן הי"ו - ב"ב.
ס'האט אויפגעטוהן הרה"ח ר' מאיר הירש שליט"א מראשי הקהילה והמוסדות בעיר קרית יואל מיט גאר טרעפליכע דיבורים, מיטן סיום איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א מראה"כ עצי חיים, און מיט די התחלת המסכת איז מכובד געווארן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א ראש כולל ערב 'לב אהרן' ויו"ר הנהלת התאחדות אבריכם ירושלים, און דאן איז דער ציבור ארויס אין א פייערליכן טאנץ בשמחת התורה א לענגערע צייט.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק והדרכה פאר אנ"ש תושבי ארה"ק און מיט הארציגע געפילן דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דער געהויבענעם שב"ק מיט אנ"ש אחים לדעה, דערנאך האט מען מיט פייערדיגע טענץ 'אשרי העם שככה לו' ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אויפן וועג צום קבר רבי מאיר בעל הנס צו תפילת שחרית באשמורת הבוקר.