בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday7 Tammuz 57816/17/2021

Photo
שישו ושמחו בשמחת התורה

"די טויזענטער לומדי החבורה בקרית יואל" ביים די פייערדיגע ריקודים בשמחת התורה"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
קוב"ה אורייתא וישראל חד הוא
Video
יהא רעוא קדמך דתפתח ליבאי באורייתא
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דברות קודש ביים חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת "יסודי התורה" בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל באולם הגדול בית רחל אודיטאריום.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
שישו ושמחו בשמחת התורה

די גיגאנטישע אולם הגדול "בית רחל אודיטאריום" פראכטפול צוגעגרייט צום רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל"

די סעודה לכבודה של תורה איז נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
ליטווישע ת"ת ביי אדורך גיין שלום נעמען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן בביתו נאוה קודש נאך א באזיך ביים רבין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ויוט היו עושין

סדר הבאסעס /פארקינג/און נאך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו

סדר המעמד הנשגב חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
תורה תורה חגרו חג

היינט קומט פאר די גאר רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל" בראשות די מייסד ונשיא החבורה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א פראכטפולע פארנעם באולם הגדול "בית רחל אודיטאריום".

קא עבידנא יומא טבא לרבנן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מודעה ואזהרה מטעם קהלתינו הק' קרית יואל בהחלטת פונעם "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א, פארגאנגענעם מאנטאג 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא.

להעמיד חומה בצורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
'תהילים שיעור' היינט נאכן דאווענען בהיכל ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווי די רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו די הרגשי קודש שטייענדיג נאכן "מהודר'דיגע ווייץ שניט אין אריזאנע" פאר די מצות פאר יו"ט פסח תשפ"ב.

נתתה שמחה בלבי" כהאב א שמחה אין מיין הארץ "מאת דגנם ותירושם רבו" אז סאיז א גוטע שניט און מגיימיר אי"ה האבן כשרע ווייץ אויף קומענדיגע יו"ט פסח

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
היינט נאכן דאווענען ביים טעגליכן 'תהילים שיעור' בהיכל ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו די הרגשי קודש שטייענדיג נאכן "מהודר'דיגע ווייץ שניט אין אריזאנע" פאר די מצות פאר יו"ט פסח תשפ"ב, די רבי האט זיך געשטעלט אויף קאפיטל ד' פסוק ח', 'נתתה שמחה בלבי מאת דגנם ותירושם רבו' און געזאגט אז סאיז א דבר בעתו יעצט נאכן שניט וואס איז "..שמרים משעת קצירה אינעם ווייטן מקום אין אריזאנע, חיטים מהודרים מאוד, שימור פון א חמץ כל שהוא.."

די רבי האט ארויסגעברענגט די הרגישי קודש, -די טירחא דגופא די ביטערע היצן, "אבער משנייד ווייץ לכבוד יו"ט פסח!! אזעלעכע הרגישי קודש!! סאיז מוירעדיגע געפילן!!

"..נתתה שמחה בלבי -מאת דגנם ותירושם רבו, ווען סאיז בכמות ובאיכות א שיינע שניט, ווען מען האט אן השגה מען לערענט אדורך אביסל דאס ענין פון ווייץ אויף פסח, מדארף צו פארשטיין דאס ערענסקייט דערפון צו פארשטיין די שמחה דערפון!, סאיז סתם א טריקענע סיף אין שו"ע או"ח סימן תס"ז! די מחבר פסקנט, און סאיז נישטא קיין מחלוקה!, די מקור איז א רשב"א אין תשובת הרשב"א, "אז דגן - תבואה ווען סאיז נאס געווארן במחובר, ווען סאיז נתייבש געווארן ווען סאיז שוין געוואקסן און סאיז שוין רייף איז עס חמץ!!"

מדארף צו פארשטיין די סדר וויאזוי ווייץ וואקסט, ווייץ וואקסט מען קיקט עס אזוי אן ווי גראז, און סוואקסט אין די הייך אויף שיבלים - זאנגען, און די הייך אויפן שפיץ וואקסט ארויס די ווייץ אויף צוויי זייטן, און די ווייץ איז ארומגענימען מיט א דינע שאלאכטץ, -וואס ווערט אנגעריפן אין גמרא 'מוץ', און דאס דארף מען אויסקוועטשן דאס הייסט 'דרעשן' -מלאכת דישה, די ווייץ ווען סוואקסט וואקסט אויס א ווייצל יעדע ווייץ עקסטער, און סווערט אזויווי מילך 'חלב חיטה' און פון די זון ווערט עס אויסגעטריקענט, ווערט עס הארטער סווערט פון מילך א ווייכע זאך אזויווי קלעי אזויווי א טייג אזוי ווערט עס טריקענער און טריקענער הארטער און קלענער, סאיז גרויס און סווערט איינגעצויגן, די זון טריקענט עס אויס.

שוין דריי פיר וואכן פארן שניידן איז די ווייץ פערטיג, סנאר נישט טריקן, און סטריקנט זיך אויף די זון, ווי הייסערע זון טרינקט זיך עס מער, און ווען סאיז אויסגעטריקנט און סאיז הארט שנייד מען עס אפ,
מקען עס אפשניידן פריער אויכעט נאר מדארף עס טריקענען, דארף מען עס לייגן אויף א הייסע פלאץ -אינדערהיים האט מען אפגעשניטן די ווייץ ווען סאיז נאכנישט געווען אינגאנצן געצייטיגט מען האט עס ארויפגעטראגן אויפן בוידעם מען האט עס געהאלטן אויפן בוידעם א גאנץ זומער די זון האט געבאקן האט זיך עס אויסגעטריקענט און מען האט געקענט ווינטער מאלן,

אויב סרעגענט ווען סאיז "אין צריך ליניקת הקרקע" -אזוי זאגט די מחבר- ווערט עס חמץ!! סאיז חמץ!! כקיק עס אן סאיז ווייץ.. אבער חמצדיגע ווייץ!!

..אז סרעגענט און ספאלט נישט אראפ, איז דא א שיטה וואס מען קען מיקל זיין.
"די מציאות איז אין ניו יארק רעגענט!! סהאט גערעגנט וואס האט מען געקענט טוען? האט מען זיך פארלאזט אויף דעי שיטה, דאס מיינט סאיז כשר בדיעבד בשעת הדחק, אזוי איז געווען די מצות.

"געלויבט השי"ת מאיז אוועקגעגאנגען קיין אריזאנע!! סרעגענט נישט!! איי וויאזוי וואקסט די ווייץ? מלאזט אריין וואסער אויף די קרקע און סרינט אויפן ערד, סקומט אריין וואסער און סטרינקט זיך אן!! אזויווי די נילות האט אנגעטרינקן אין מצרים.. די נילות האט עולה געווען און משקה געווען, -נישט פארפלייצט סטרינקט אן די קרקע און סוואקסט סדארף נישט קיין רעגן,

"א הידור שאין כמוהו שאין כמוהו" איך דאנק די בוכ"ע אז ער האט מיר געגעבן די כח און פארשטאנד צו גיין אין אריזאנע שניידן ווייץ! "נתתה שמחה בלבי" כהאב א שמחה אין מיין הארץ "מאת דגנם ותירושם רבו" אז סאיז א גוטע שניט און מגיימיר אי"ה האבן כשרע ווייץ אויף קומענדיגע יו"ט פסח!!."

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
זייט נישט קיין צועק לשעבר! גייט יעצט שטימען!!

פראנט ראננער מעיאר קאנדידאט עריק עדעמס אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' וויליאמסבורג מיטן די "אנ"ש וואל קאמיטע" און שפיץ פון העסקן הרב נפתלי משה אינדיג, ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוומ"ס,

נעמט עס נישט פאר לייכט! יעדע שטימע ציילט! איש בעל יעדר! ואל תפרוש מן הציבור! ובשם ה' נעשה ונצליח

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday6 Tammuz 57816/16/2021

News
יעצט פארנאכטס איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס, עס האט זיך באטייליגט הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרית יואל, די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און ארויסבאגלייט ביזן טיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 מיטוואך חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל בראווער.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח',
נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.

עס האבן שלום גענימען עטליכע בחורים וואס האבן זיך צוריקגעקערט פון "אריזאנע" פון שניידן די מהודר'דיגע ווייץ לקראת חג הפסח תשפ"ב,
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס איבער די מהודר'דיגע ווייץ אין אריזאנע.
*

פארמיטאג האט באזיכט ביים רבין בביתו נאוה קודש א ליטווישע ישיבה וואס האבן זיך אויפגעהאלטן בגלילות קרית יואל.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די הנהלה פון "מחנה בית רחל" מקבל זיין ברכות הקודש לקראת ימי הקיץ הבעל''ט.

נאכמיטאג איז געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע פריוואטע שמועס.
*

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביים חופה פון די מחותנים ר' יחקאל וויינגארטען, הרב יוסף הערש באנעט, באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' בעריש שעהנברוין, ר' משה שרגא פויגעל, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים הר"ר אייזיק הערש בערקאוויטש, הר"ר חיים וואלף שפילמאן,
און דערנאך ביים תנאים אינעם נייעם זאל פון די מחותנים הר"ר יואל ברח"ש שפילמאן, הרה"ג ר' ליפא בן הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 דינסטאג חקת
בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים בן הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל, וב"ר חיים שלמה ווערטהיימער, וב"ר יואל פייערשטיין, וב"ר שמעון דוד משה ווייס, וב"ר חיים יוסף בנציון רייז, וב"ר מרדכי שמעי קויפמאן.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח', די רבי האט דערמאנט די מעשה פון רבי עקיבא וואס האט זיך געפרייט ווען ער האט געזעהן די הצלחה פון די רשעים, ווייל "אם לעבורי רצונו כך כ"ש לעושי רצונו" און געזאגט אז מקומט פון ארץ ישראל און מזעהט א טריפה'נע שטאט מיט הויכע בנינים וכו', מזעהט אז א מלכות הרשעה גייט גוט, דערמאנט מען זיך אין רבי עקיבא, און "אם לעוברי רצונו כך כ"ש לעושי רצונו", און דאס זאגט דוד המלך 'נתתה שמחה בלבי' דורך 'מאת דגנם ותירושם רבו' ווען מען זעהט ביי די רשעים אז ספעהלט זיי גארנישט.
נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.

דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין היכל הביהמ"ד ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמעוס במשנתו של רבינו הקוה"ט זי"ע.
*

פארמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין וויליאמסבורג ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בבית אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א החתן בן חתנו הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ צוגעשטעלט געווארן דורכן גרויסן פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (נאכדעם וואס ביי די חתונה איז די רבי געווען אין אתרא קדישא מירון) בהיכל ישיבה קטנה "היכל התורה" וומ"ס, פאר נכדי רביה"ק זי"ע, און פאר די תלמידי הישיבה ווי די אבי החתן דינט אלס מגי"ש.

דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויף א פלוצימ'דיגע באזיך בהיכל כוללינו "תורה ויראה" בבית מדרשינו הגדול ווי די רבי האט זיך אומגעקיקט צווישן די רבני הכולל און באגלייטונג פונעם ראה"כ הגה"צ ר' הירצקא צוויבל שליט"א, די רבי האט זיך מפלפל געווען מיט די לומדים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח.
*

פארנאכטס בביתו נאוה קודש זענען געקומען באזוכן ביים רבין די פראנט ראננער מעיאר קאנדידאט "עריק עדעמס", אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' וויליאמסבורג מיטן די "אנ"ש וואל קאמיטע" און שפיץ פון העסקן הרב נפתלי משה אינדיג,
ווי "עדעמס" האט פארשפראכן צו שטיין לימין היהדות החרדית ובפרט מיטן גזירת החינוך נישט צו שטערן אונזער חינוך (ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז אדרבה ער וויל עס נאכטוען ביי די גוים)
און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו און זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט אז מען וועט נישט פארגעסן וואס ער האט געטוען פאר קרית יואל און די שווערע צייטן עטליכע יאר צוריק בנוגע די אניקסעיטשון.

דערנאך האט באזיכט די אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט פאר 'סיטי קאנסול' -"לינקלן רעסטלער", און שפעטער די "צווייט אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט פאר מעיאר "ענדראו יענג" מקבל זיין ברכות הקודש ווי זיי האבן פארשפראכן צו שטיין לימין החינוך הטהור און פארן יהדות החרדית בכלל ובפרט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 מאנטאג חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מרדכי טייטלבוים, וב"ר שלמה משה שטעסל, וב"ר לוי יצחק סימאן, וב"ר חיים אברהם ראזענפעלד.

נאכן עולה זיין האט די רבי גומל געבענטשט.

ביי די טעגליכע תהילים שיעור נאכן דאווענען האט די רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו בחסד ה' וואס מען איז אדורך געגאנגען אויפן וועג אהיים פון ארה"ק, -זעט די עקסטערע באריכט פון די דב"ק ביי די פריערדיגע באריכטן.
נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
*

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב ראובן שווארץ, הרב יצחק אייזיק כהנא, באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' אהרן שמואל יאקאבאוויטש, ר' יואל בר"י פריעדמאן באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' משה מיכל שלעזינגער, ר' יואל משה זילבערשטיין, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' אלעזר גרובער ר' זלמן מענדלאוויטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
פלאם פייערדיגע דרשות פון הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און פון מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 דרשת הדומץ והרב שליטא ב חקת תשפא145 KB
Photos · 2
שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א, פארגאנגענעם מאנטאג יומדהל"ק פונעם הייליגן "רבינו תם" זי"ע 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Notice
דער בלאט
Photo
אויך האט היינט נאכמיטאג באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש די אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט פאר 'סיטי קאנסול' -"לינקלן רעסטלער".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Show earlier days