דאנערשטאגז' תמוז תשפ"א6/17/2021
שישו ושמחו בשמחת התורה
"די טויזענטער לומדי החבורה בקרית יואל" ביים די פייערדיגע ריקודים בשמחת התורה"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שישו ושמחו בשמחת התורה
די גיגאנטישע אולם הגדול "בית רחל אודיטאריום" פראכטפול צוגעגרייט צום רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל"
די סעודה לכבודה של תורה איז נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךו' תמוז תשפ"א6/16/2021
שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א, פארגאנגענעם מאנטאג יומדהל"ק פונעם הייליגן "רבינו תם" זי"ע 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
א בליק
בחצרות
אויך האט היינט נאכמיטאג באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש די אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט פאר 'סיטי קאנסול' -"לינקלן רעסטלער".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דינסטאגה' תמוז תשפ"א6/15/2021
יעצט פארנאכטס איז געווען אויף א באזיך ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש די "צווייט אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאט" פאר מעיאר "ענדראו יענג" וועלעכע איז אויך באקאנט מיט זיינע שטעלונגען לטובת די אידישע געמיינדע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פראנט ראננער מעיאר קאנדידאט עריק עדעמס אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' וויליאמסבורג מיטן די "אנ"ש וואל קאמיטע" און שפיץ פון העסקן הרב נפתלי משה אינדיג, האבן היינט נאכמיטאג באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוומ"ס,
ווי "עדעמס" האט פארשפראכן צו שטיין לימין היהדות החרדית ובפרט מיטן גזירת החינוך נישט צו שטערן אונזער חינוך (ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז אדרבה ער וויל עס נאכטוען ביי די גוים)
און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.
עדעמס פאר סאטמאר, סאטמאר פאר עדעמס
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ארבעט ביים הערליך איבערמאכן די "מקוה" אין ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' בקרית יואל שכונת לעמבערג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
היינט אין וויליאמסבורג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בהיכל כוללינו בבית מדרשינו הגדול, ווי די רבי האט זיך אומגעקיקט צווישן די רבני הכולל און באגלייטונג פונעם ראה"כ הגה"צ ר' הירצקא צוויבל שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
"..איך וועל באקעמפן די גזירת החינוך.."
עריק עדעמס דער ערשטער לטובת די חינוך!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️