בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגי' תמוז תשפ"א6/20/2021

בילדער · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט צופרי ביים "קאמפיין טישל" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, פונעם וועלט בארימטן "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת בחורי ישראל בארה"ק, מען האט ארומגערעדט איבערן מצב הגיוס און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

מערקט ביים טישל הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפנעמען די נדבות לטובת המרכז.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
שישו ושמחו בשמחת התורה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די רקידי קודש און ביים פארזאגן לדוד מזמור היינט ביים 'הכנסת ספר תורה' וואס איז אריינגעגעבן געווארן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לענ בתו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=ארבעט ביי פאזע 2.=

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=ארבעט ביי פאזע 1.=

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
היינט נאך שחרית בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל, זענען אריין בקודש פנימה צום ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בחדרו הפרטי, די מנהל הישיבה הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה "עסקנים למען כתיבת ספר תורה" וואס וועט אריין געגעבן ווערן און ישיבה, די רבי האט איבערגעקוקט די התחלת הכתיבה, און געוואונטשן ברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שישו ושמחו בשמחת התורה

היינט קומט פאר די שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לענ בתו ע"ה, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אפרעכטן די רקידי קודש און פארזאגן לדוד מזמור כנהוג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פרייטאג נאכמיטאג 9:05 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן,

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת נפשות בישראל בארה"ק.

נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, כל מקדש: הרה"ח ר' אליעזר לעיוו -לאנדאן, מנוחה ושמחה: הרב הערשל אשכנזי -וומ"ס בן האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון שכר מצוה בהאי עלמא, קה אכסוף: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל -ירושלים, בענטשן: די אייניקיל הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ ר' שמעון זאב, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון הרה"ק רבי הערשל'ע זידיטשוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"א תמוז, קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארץ -לאנדאן, ביי די פירות זענען די חתנים אדורך, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל, מען האט געענדיגט 1:35.

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:30, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה שווארץ, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ -וומ"ס, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל,
עליות, כהן: הרב אייזיק כהנא, לוי: החתן ב"ר יוחנן מאנן, שלישי: החתן ב"ר ראובן מנחם שווארץ, רביעי: החתן ב"ר בנימין זאב שווארץ, חמישי: החתן ב"ר חיים מאיר ווייס, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' חיים הערש בר"י מיטלמאן, שביעי: החתן ב"ר זלמן לייב קאפפעל, הוספה: החתן ב"ר יחזקאל וויינגארטען, אחרון: החתן ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער, מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמעי פריעדלענדער -וומ"ס, גלילה: הרה"ח ר' יוסף הערש באנעט,
מוסף: הרה"ג ר' דוד פערל, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ -וומ"ס, מען האט געענדיגט 12:30.

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 9:00, מנחה: הרה"ח ר' חיים העלער -וומ"ס, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס, כהן: הרה"ח ר' קאפל שעהנברוין, לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער -לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער,
ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעיוו -לאנדאן, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך מוסר אז דורך דורך דעם וואס אידן זענען באחדות ווערט מען ניצול פון מכות ביסורים, בפרט יעצט אין חודש תמוז ווען די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם, און מיטן מרבה זיין אהבה ואחוה שלום ורעות וועט מען זוכה זיין בקריאה של חיבה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העלער, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' חיים העלער, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, פארגאנגענעם מיטוואך בביתו נאוה קודש בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' תמוז תשפ"א6/18/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג

מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי קרית יואל איבערגעפולט די גיגאנטישע "בית רחל אודיטאריום" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, לע"נ חמיו היקר באנשים הר"ר מנחם זאב ב"ר אברהם אבא ע"ה.
די יו"ר המעמד הרה"ג ר' יואל וויינבערגער מנהל קביעית עיתים לתורה האט געעפענט די מעמד מיט גאר שטארקע ווערטער איבער "קביעת עיתים לתורה" בפרט ווי מען זעהט "אריבער 1000" לומדים זענען אנגעשלאסן אינעם חבורה פון "יסודי התורה" אין קרית יואל, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שאול יצחק ליכטענשטיין מחשובי לומדי החבורה בק"י, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מהנה געווען די אלפי לומדים,

ארום 9:45 איז די מייסד ונשיא החבורה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, די רבי האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין מגי"ש בחבורה -וחתן הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין פטרון החבורה,
ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון -באו ונחשוב בחשבונו של עולם' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום, און ארומגערעדט איבער "קביעת עתים לתורה" וואס יעדער דארף האבן א שיעור בקביעות גמור חק ולא יעבור, און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "..מה נכבד היום" א געוואלדיגע שמחה איז היינט לכל העם הנאספים פה, דעי הונדערטער אידן וואס זענען זיך צוזאמגעקומען חוגג זיין "סיום מס' יבמות" ברוב עם הדרת מלך, א גרויסע ציבור האבן געלערענט גמ מס' יבמות איבערגעחזרט און געשטאנען פאר א פארהער אויף דעי מס', "אשריכם ישראל!! וואויל איז ענק!! ענק האבן זוכה געווען אדורך צו לערנען מס' יבמות מקען זאגן סאיז די שווערסטע מס' אין ש"ס!! א לימוד קשה מאוד!! און אז אזא גרויסע ציבור האבן דאס זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין איז עס באמת א שמחה גדולה!! אשריכם בעולם הזה, וטוב לך בעולם הבא!!"
און אויסגערופן פאר אנ"ש "..היינט צו טאג ווען מען הייבט אן א נייע מס' -מס' כתובות איז "אקרא בקול גדול לכל אנ"ש" זיך צו קומען מצטרף זיין צו די לומדים, "טעמו וראו כי טוב ה'.." און ארויסגעברענגט די נעימות פון לימוד התורה ווען מען לערנט א עמוד בכל יום במתינות "די תורה הקדושה דאס איז אונז מקשר מיטן הייליגן באשעפער דער נותן התורה".

דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקביא צבי קליין, "..באו ונחזיק טיבותא פארן פטרון פון דעי חבורה "יסודי התורה" הרבני הנגיד הנכבד עושה פעולות לתורה ביד נדיבה.." די רבי האט ארויסגעברענגט זיין פילע לייסטונגען לרומם קרן התורה ובפרט וואס דער חשובע נדבן בויעט א "בנין מפואר פאר די תלמיד תורה א בנין גדול מאוד", און איבער די איבערבויען און פארשענערן די מקוה אין ביהמ"ד הגדול,

און ארויסגעברענגט "..די חשובע נדבן ר' עקיבא הערש זז"ג וואס די תורה איז חביב עליו, ער האט זוכה געווען צו זיין די פטרון פון דעי חבורה א גרויסע חבורה! א חשובע חבורה! כוועל זאגן ער איז פון די מזכה את הרבים!! ווייל ווען מען טראכט אריין באמת די פירות פון דעי חבורה "יסודי התורה" איז אלע חבורות אין אלע קהילות קדושות בישראל!! "דעי חבורה דאס איז די טאטע פון דעי אלע חבורות" און די אלע חבורות פון אלע קהילות קדושות בישראל זענען די תולדות!! די פירות וואס מען האט זיך אפגעלערנט!! מען האט געזעהן די הצלחה פון דעי חבורה און מען האט עס נאכגעטוען!! "און אונז זאג מיר פאר דעי אלע 'מיר האבן נישט קיין קאפיריי"ד..' יעדער איינער האט א רעכט נאכצומאכן יעדער זאל נאכמאכן, יגדיל תורה ויאדיר", דערנאך האט די רבי מסיים געווען מיט ברכות קדשו "בברכה המשולשת בתורה" פארן חשובע פטרון, פאר די עסקנים, און פאר אלע לומדים.

נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 10:50 האט מען געבענטשט, און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי די רבי האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט די רבי געמאכט קידוש לבנה.

שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 דאנערשטאג חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' אלעזר טויב, ולבן הנולד לר' נפתלי הערש האלפערט, ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד לר' משה שמואל שטיין, ווי די רבי איז געווען סנדק.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל שווארטץ דיין בבית מדרשינו בנין געלבשטיין -שכונת קעיסקעיד בוומ"ס.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח', ווי די רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו די הרגשי קודש שטייענדיג נאכן "מהודר'דיגע ווייץ שניט אין אריזאנע" פאר די מצות פאר יו"ט פסח תשפ"ב.
נתתה שמחה בלבי" כהאב א שמחה אין מיין הארץ "מאת דגנם ותירושם רבו" אז סאיז א גוטע שניט און מגיימיר אי"ה האבן כשרע ווייץ אויף קומענדיגע יו"ט פסח
=זעהט עקסטערע באריכט פון די דב"ק ביי די פריערדיגע באריכטן=,

נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלימלך שלמה שווארץ, ר' יצחק אייזיק פייערווערגער, באולם בית רחל פאראדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' חיים מאיר ווייס, ר' אליקים געציל פרענקל, באולם כינור דוד.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' אליעזר דוד איצקאוויטש, ר' אליעזר געלב.

=זעהט עקסטער די באריכט פונעם חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת "יסודי התורה" בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל=
*

פרייטאג חוקת:

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יודא פריעדמאן,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
באריכט
שיקטס די לינק פון סאטמאר'ע נייעס 🌴 פאר אייערע חבירים און זייט זיי מזכה מיט קראנטע "סאטמאר'ע נייעס" בחצרות קדשינו, באריכטן /בילדער בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און ארום קהלתינו הקדושות.

טעלעגראם:
https://t.me/Satmara_Niyes

וואטס עפפ:
גרופ 1 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 2 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 3:
וואטסעפפ גרופע

גרופ 4:
וואטסעפפ גרופע

קלארשטעלונג פאר וואטס עפפ
די אלע גרופס האבן די זעלבע נייעס, עס איז א שאד צו זיצן אויף מער ווי איין גרופ ווייל איר וועט באקומען די זעלבע נייעס דאָפּעלט!

וחפץ ה' בידינו יצליח, ויהו"ר שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג