יעצט דינסטאג נאכט איז דא די לעצטע זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוויליאמסבורג, איידער די רבי וועט זיך ארויסלאזן קומענדיגן זונטאג אויף מנוחת הנפש במקום הנופש ניו העמפשיר. פויעלטס אלעס גוטס!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 ג' בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל ווייסמאן, וב"ר יואל פרידריך, וב"ר יואל מערמלשטיין.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג',
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים גרויסן מעמד ואטהר ווי די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און באקומען א מטבעה קודש פונעם רבין.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
אלקא דמאיר עינינו
נעכטן מאנטאג בלק פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד "כינוס אברכי סאטאמר" אין די זאלן פון קאנטינעטל אין וויליאמסבורג למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב בארה"ק", ארום 8:00 האט די יו"ר המעמד פפ"מ ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש געעפענט די מעמד און האט במשכן מעמד מהנה געווען בדברי פי חכם חן. במשכן מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה החזן המופרסם ר' שלמה זלמן הורוויץ און באגלייטונג פונעם זמירות קווייער. צווישן אנדערע איז פארגעקומען א גאר רייכע "פאנעל" צווישן ר' מאיר מרדכי און הרה"ח ר' מאיר פערל -מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ב, און הרה"ח ר' מענדל אונגאר -רואה חשבון.
ארום 10:35 האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעהויבן די "דרשת חובת השעה", ווי די רב שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבח און איבער די חוב פון שטיצן "מוסדות יטב לב" צווישן אנדערע האט די רב ארויסגעברענגט זיינע הרגישי קודש פונעם געהויבענעם "שבת מירון" זאגענדיג אז טראץ וואס איז בפועל געווען אין "צפת" איז מען אבער געווען אין מירון! ארויסברעגענדיג אז אפילו מען איז דא אבער "אז מען שטיצט מוסדות יטב לב, איז מען אין ארץ ישראל" אויך האט די רב ארומגערעדט איבער די זכרונות פון די דינער'ס פאר יטב לב די לעצטע פאר יאר בימי רביה"ק זי"ע וואס איז פארגעקומען דא אין די זאלן פון "קאנטינעטל" ארויסברעגענדיג הרגישי קודש "..די מראה די פחד און די געפילען וואס מען האט באקומען ווי מען האט געזעהן ווי די רבי ז"ל שטרענגט זיך אן -ער איז שוין נישט געקומען אזוי אפט, כמעט נישט, אבער צום דינער פון "יטב לב" איז ער געקומען און באשיינט די מסיבה.." די רב האט זיך אויסגעדריקט "עד היום הזה בין איך מכיר טובה פאר מיין טאטן וואס ער פלעגט מיר נעמען צו אלע מסיבות, אפילו מען האט אין חדר אויסגעריפן אז סאיז נישט געמאכט פאר אינגלעך" צווישן אנדערע האט די רב שליט"א אויך דערציילט א פרעזענליכע מופת וואס ער האט לעצטענס געהאט דורכן שטיצן "מוסדות יטב לב", און ביים סוף פון די דרשה האט די רב ארויסגעברענגט די הרגישים פון שטיצן מוסדות יטב לב און געזאגט "אז ער וויל זיך יעצט מצרף זיין מיט די פרישע שותפים און נעמען די זכות פון "החזקת מלמד לשבוע".
ארום 10:40 אינמיטן די דרשה פונעם רב שליט"א איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען.
נאכן דרשה האט די יו"ר ר' מאיר מרדכי אויסגעריפן אז די אלע וואס נעמען זיך "יעצט ביים מעמד" אינטער א "זכות החזקת מלמד לשבוע" וועלן באקומען די זכות פאר $600 אנשטאט $780 וואס די איבריגע $180 וועט אויסגעצאלט ווערן דורך צוויי חשובע נדבנים ה"ה הרה"ח ר' משה אלעיזר לאנדא און הרה"ח ר' יושע וואלדמאן.
ארום 11:20 האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ומשא המעמד און ארומגערדט איבער די חביבות ביי רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע צו "מוסדות יטב לב" וואס איז געווען ביי זיי די חשובסטע מוסדות!! און דאס איז די ערשטע מוסדות וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען נאכן קריג, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן אזא הייליגע מוסד און זיך אויסגעדריקט אז "אלע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל זענען קודש, אבער מוסדות יטב לב דארף מען וויסן איז קודש קדשים!!" און דערנאך געענדיגט מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.
נאך די דב"ק האבן די צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך אינטערגענימען זכות החזקת "מלמד לשבוע" געהאט די זכיה אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטרות פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 ב' בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יוסף שמואל שטערן ווי די רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל רויזענבוים -ב"פ אין ביהמ"ד בשכונת מילוועל לעין בגילולת קרית יואל, ווי די רבי איז געווען סנדק.
ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך די רבי אפגעשטעלט -אין קאר- ביים בוי ארבעט נעבן אוהל הק' אינעם ביה"ח, ווי מען בויעט א חדר נטילת ידים וביה"כ פאר די באקוועמליכקייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען פוקד זיין די ציוני רבותינו הקדושים זי"ע במשך די יאר.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים התאומים בני ר' משה שרייבער -לאנדאן.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוחנן מאנן, ר' יעקב חיים לאנדא, באולם בית רחל פאראדייס. און ביים חופה פון די מחותנים ר' ליפא פאלקאוויטש, ר' יואל זאב שעהר, באולם כינור דוד.
דערנאך האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, פון די מחותנים ר' שמשון אליעזר מארמארשטיין -וומ"ס הר"ר ישראל פריינד, און ביים תנאים פון די מחותנים ר' אלעזר יוסף דייטש -לאנדאן ר' גרשון מענדל פעלדמאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
אנשי שלומינו פאראייניגט וויכטיגער בראשור פון "אנ"ש דברוקלין".
מיטן שטימען פאר "עריק עדעמס" זענט איר בס"ד א חלק אינעם עתיד אז ער זאל קענען אויפטוען פארן כלל און פארן פרט "ובעיקר צו קעמפן אקעגן די גזירת החינוך".
געדענקט!! נאר מיט אייער שטימע וועלן די עסקנים באווייזן אינעם עתיד אייך צו קענען העלפן,
איש בעל יעדר
יעדע שטימע ציילט! אל תפרוש מן הציבור, ובשם ה' נעשה ונצליח
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א ביים משמיע זיין די חובת השעה -דערציילענדיג א פרעזענליכע מופת דורכן שטיצן יטב לב
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים משמיע זיין די דברות קודש ומשא המעמד
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
החזן המפורסם הרב שלמה זלמן הורוויץ און באגלייטונג פונעם זמירות קווייער ביים מהנה זיין די ציבור
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
די ציבור ביים מעמד
Video
די צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך אינטערגענימען זכות החזקת "מלמד לשבוע" ביים איבער געבן די שטרות פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday11 Tammuz 57816/21/2021
Photos · 4
מעמד "כינוס אברכי סאטמאר" -תושבי ברוקלין למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב" בארה"ק, באולם "קאנטינענטל" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
אלקא דמאיר עינינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
בקרב קהלתינו הק' "מאנטשעסטער" קומט אין דעי טעג פאר העפטיגע בוי רענאווציעס איבערמאכן און פארשענערן דעם היכל הביהמ"ד הגדול נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד מראשי הקהילה, בילדער: ארבעט ביים איבערמאכן די פאדלאגע אין היכל הביהמ"ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
היינט קומט פאר די גרויסע מעמד כינוס אברכי סאטמאר -תושבי ברוקלין למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב" בארה"ק, קומט פאר ברוב פאר והדר באולם "קאנטינענטל" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט משמיע זיין די צענטראלע דב"ק ומשא המעמד.
צאו בהמוניכם לטובת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב" דרב"י בארה"ק!!!
אן אווענט וואס איר ווילט נישט פארפאסן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 זונטאג בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
ביים ארויסקומען פון מקוה איז די רבי צוגעגאנגען ביים "קאמפיין טישל" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, פונעם וועלט בארימטן "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת בחורי ישראל בארה"ק, עס איז אנוועזנד געווען די עסקנים און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א, מען האט ארומגערעדט איבערן מצב הגיוס און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הערש לאנדא ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל מאשקוויטש, וב"ר יואל בר"א קויפמאן, וב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר פנחס עזריאל מאנן -לאנדאן.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ב' - ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די מנהל הישיבה הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה "עסקנים למען כתיבת ספר תורה" וואס וועט אריין געגעבן ווערן און ישיבה, די רבי האט איבערגעקוקט די התחלת הכתיבה, און געוואונטשן ברכת קדשו. *
נאכמיטאג האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס איז אריינגעגעבן געווארן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לע"נ בתו ע"ה, די רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און מכבד געווען צו טאנצן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און די בעלי שמחה, דערנאך האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און אפגעראכטן א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען נגונים און די רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעל שמחה, און דערנאך משמיע געווען קורצע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור. *
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל סופר בן כ"ק גאב"ד בונעס איירעס, ר' יוסף מענדל פרידריך, באולם כינור דוד, און ביים חופה פון די מחותנים ר' שלמה יודא שטיינמעץ, ר' ארי דוב קארנבלי, באולם בית רחל פאראדייס.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, פון די מחותנים ר' משה יקותיאל שווארץ ר' נפתלי פריינד, און ביים תנאים פון די מחותנים ר' אברהם מענדל ווערטהיימער ר' יצחק מנחם בערגער.