בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday14 Tammuz 57816/24/2021

Notice
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

מיט גרויס פרייד נעמען אנ"ש אויף די פריידיגע נייעס אז די "ערמאנט פלענינג בארד" האט היינט נאכט אפראווט און געגעבן די ערלויבעניש פאר מוסדותינו הק' במאנסי צו בויען דעם ערשטע פון די דריי בנינים אויף טשער"י לעי"ן דעם בנין החדש והמפואר "בנין הבית רחל - בנין ניישטאדט".

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
תאי"ר כאור יום חשכת לילה

סדר הלימוד רבתי משנת מאיר זעליג מעמדי אהבת תורה - חמש שעות רצופות, בליל שישי במשך ימי הקיץ דורך תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, בבית מדרשינו זכרון יחיאל מיכל "בקרית ויואל משה", אנגעהויבן פונעם היינטיגן ליל שישי פרשת בלק.

טעמה כי טוב סחרה לא יכבה בלילה נרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הרחיבי מקום אהלך

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!! מיט גרויס פרייד נעמען אנ"ש אויף די פריידיגע נייעס אז אין דעי טעג האט זיך בס"ד אנגעהויבן די בוי ארבעט מרחיב זיין די גבולי הקדושה איבערצובויען און פארשענערן "בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג" -13 הופער, לשם ולתפארת קהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
היינט נאכמיטאג איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביזן קאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
היינט דאנערשטאג איז די לעצטע זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, איידער די רבי וועט זיך ארויסלאזן קומענדיגן זונטאג פנחס ביז זונטאג עקב הבעל"ט אויף מנוחת הנפש במקום הנופש ניו העמפשיר, פון 8:00 ביז 11:00 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
הצלחה רבה און פויעלטס אלעס גוטס!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
לפאר ולרומם בית ה'

הערליך פארענדיגטע פלאר בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א ביים זיך אימקיקן ביי די העפטיגע בוי רענאוואציעס איבערמאכן און פארשענערן דעם היכל הביהמ"ד הגדול במאנטשעסטער -אינאיינעם מיטן נדבן הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד מראשי הקהילה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 מיטוואך בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל גאלדבערגער ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,

דערנאך איז די רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמחה בונם ברוין -מאנסי ר' ברוך ווידער באולם בית רחל פאראדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' נחמי ניימאן ר' יואל ברח"ב פילאפף באולם כינור דוד.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע
-ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער ר' משה הערש האלפערט,
-און ביים תנאים פון די מחותנים ר' ישראל בער שטערן ר' משה חיים בערקאוויטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מודעה מטעם הנהלת חברא קדישא דקהלתינו הק' -ביה"ח בעיר "אוהעל - אונגארן" לרגל ההילולא קדישא של ראש הששולתא קדישא מרנא ורבנא הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א קומענדיגן כ"ח תמוז ה' מטו"מ הבעל"ט.

>סיי ווען איבערן יאר ריפט אונזער שומר +36 30 874 2293.

ויושר יעליצו בעדינו חיות אש, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday13 Tammuz 57816/23/2021

Report
משנת רבי מאיר זעליג

במשך די קומענדיגע וואכן בימי הקיץ וועט פארקומען ליל שישי א "סדר לימוד רבתי" אינערהאלב ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, ווי יעדע וואך וועט א צווייטע סניף ארויספארן ליל שישי צום ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל "בקרית ויואל משה" -מאנטיסעלא, ווי מען וועט במשכן נאכט לערנען א סדר פון "חמש שעות רצופות" און דערנאך דאווענען "ותיקין" אלס הכנה לשב"ק.

די סדר הלימוד רבתי במשך די וואכן איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער לע"נ אביו הרבני הנגיד המפורסים ר' מאיר זעליג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק'.

אנו עמלים ומקבלים שכר

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מזל טוב וויליאמסבורג!! מטעם "אנ"ש דברוקלין" טיט מען זיך הערצליך באדאנקן פאר די טויזענטער אנ"ש תושבי וומסב"ג וואס האבן אפגעגעבן זייערע שטימען און זענען ארויסגעקימען מיט א מעכטיגע בלאקוואוט פון העכער "פיר טויזענט שטימען" פאר די אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאטן עריק עדעמס פאר מאיער, לינקלן רעסטלער פאר סיטי קאנסול, ענטאני ריענאסע פאר בארא פרעזידענט, וואס אלע קאנדידאטן שטייען די העכסטע אין זייער פארמעסט!! און זענען אויפן וועג צו געווינען בעז"ה!!!.

יש"כ תושבי וויליאמסבורג!! דערמיט האט איר ארויסגעוויזן א פאראייניגטע כח פון "קידוש ה' און הכרת הטוב" און בעז"ה פארזעכערן די עתיד פאר תושבי ברוקלין בכלל, און פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' בפרט!!! און איר זענט א חלק אינעם עתיד אז זיי זאלן קענען אויפטוען פארן כלל און פארן פרט "ובעיקר צו קעמפן אקעגן די גזירת החינוך".

יש"כ העסקנים!! בשם אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר טיט מען זיך הערצליך באדאנקן פאר די העלדישע עסקני קהלתינו הק' וומסב"ג ובפרט פאר העסקן החשוב הרב נפתלי משה אינדיג פארן זיך דרייסט ארויסשטעלן פארן ריכטיגן קאנדידאט, -נישט קיין חילוק וויפל פראצענט מיר זענען פון זיינע וויילער- וועט מען אדאנק דעם בס"ד האבן ביי זיי א אוזן קשבת!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
בוי ארבעט נעבן אוהל הק' אינעם בית החיים דקהלתינו הק' בקרית יואל, ווי מען בויעט א חדר נטילת ידים וביה"כ פאר די באקוועמליכקייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען פוקד זיין די ציוני מרנן רבותינו הקדושים זי"ע במשך די יאר.

פראיעקט אינטער גענימען דורך בנש"ק הרה"ג ר' איתמר מייזליש, ובנדבת הגה"צ ר' העניך מרדכי מייזליש אב"ד טאלטשאווא ק"י.

וועט לויטן פלאן פארענדיגט ווערן און זיין גרייט אין באניץ קומענדיגן כ"ו אב יומדהל"ק מרביה"ק זי"ע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days