"ממלכת התורה" דסאטמאר וויליאמסבורג בויעט אויף א בנין אדיר ומפואר אינעם נייעם אפגעקויפטע גיגאנטישע שטח אין מאנטיסעלא פארן נייעם קעמפ "מחנה חכמת התורה" להנאת ולרחבת פון די איבער 100 תלמידי הישיבה ולשמחת לב אנ"ש.
מחנה חכמת התורה איז איינס פון די 5 פון די סאטמארע "ישיבה קטנות" אימפעריע אין וויליאמסבורג ווי עס הארעווען על התורה ועל עבודה אריבער "550 בחורי חמד" אינטער די הדרכה פון חשובע מרביצי תורה והנהלת ממלכת התורה, ועל צבאם ווערט אלעס באגלייט מיט א עינא פקיחא דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א,
צו די יעצטיגן זומער זמן איז אפגעקויפט געווארן די ריזן שטח פארן ישיבה -ווי סאיז דא ביי די אנדערע ישיבות אינערהאלב די ממלכת התורה- און איז געבויעט געווארן א רחבות'דיגע היכל הביהמ"ד, מקוה מפוארה, שבת קאך, כתות ללימוד התורה, און נאך. ווי די בחורים זענען עוסק בתורה ובעבודה און שטייגן בתוי"ש במשך די זומער חדשים אפגעזונדערט פון די טריפהנע גאסן.
קויפט א "שבת דירה" -ליום שכלו שבת "אויף די בערג"..
און די זעלבע צייט איז געלאזט געווארן אין גאנג די מאסיווע "על ההרים" קאפמיין צו קענען דעקן די אפקויף און די בוי-קאסטן וועלעכע האט אפגעקאסט אריבער צוויי א האלב מיליאן דאלער ווי אנ"ש וועלן זיך אנשליסן און זיך איינהאנדלען זכותים אינעם נייעם בנין, פארבינד איין שוין מיט די עסקני 'ממלכת התורה' הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער און הרה"ח ר' יעקב טעלער.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4Report
יום שכלו תורה
בקרב קהלתינו הק' מאנטריאל נעמען זיך אנ"ש זקנים עם נערים צוזאם אויף א "יום התמדת התורה" היינט א' מטו"מ "יום הבחינה אינערהאלב די חבורת דקהלתינו הק' יסודי התורה - תורתך שעשועי" ווי מען וועט עוסק זיין בתורה אגאנצן טאג און דערנאך וועט פארקומען די בחינה אינערהאלב די חבורות, איש בעל יעדר! היום בביהמ"ד "אהל משה" בקריתינו "קרית ברך משה"!.
טעמו וראו כי טוב
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים קובע מזוזה זיין היינט ביים הרחרבת די גבולי הקדושה אויף די ניי צוגעבויטע חדר התפלה בבית מדרשינו מחזיקי הדת אין ניו העמפשיר, און דערנאך ביים מסיבת לחיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
ערשטע פראיעקט דורך הנהלת קהלתינו הק' קרית יואל צוצולייגן נאך פילע פארקינג ביי די זייט פונעם מבצר הכוללים מען זאל קענען פארקען ענגעל פארקינג, -פאר די באקוועמליכקייט פון די טויזנטער באי "בית המדרש הגדול בקרית יואל" צוליב וואס דאס ביהמ"ד הגדול האט זיך דראסטיש פארגרעסערט אין די לעצטערע יארן וואס דאס האט געברענגט א שטארקע מאנגל אין פארקינג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
מלוה מלכה היינט מוצ"ש דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל די הילולא קדישא פון זקינו רבינו משה איש אלוקים ראש הששולתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר אין ביהמ"ד מחזיקי הדת דקהלתינו הק' אין שטאט.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday22 Tammuz 57817/2/2021
Notice
השבת נועם הנשמות
דעם שב"ק קומט פאר א שבת התעלות "ותן חלקינו בתורתיך" זיך מחזק זיין בתורה ובעבודה דורך די מקשיבי השיעור ביים בארימטען שיעור אין קרית יואל דורך הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ונכד רבינו שליט"א, קימט פאר אויף א רייכע פארנעם אין די פראכטפולע "רעדיסאן" האטעל בראשות הרה"ג ר' זלמן שליט"א און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט און הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דעם שב"ק געפאלט די שבת פאר די הילולא קדישא פון רבינו משה איש אלוקים ראש הששולתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אפרעכטן די שבת לפני ההילולא במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר ווי די רבי וויילט אויף מנוחת הנפש, די רבי וועט צוגיין צו די תפילות כנהוג און ביים עהש"ט ליל שב"ק דערציילן מעשיות פון זקינו הבעל הילולא און ארומרעדן במשנתו הבהיר, מוצש"ק וועט פארקומען די גרויסע מלוה מלכה לקראת ההילולא אין ביהמ"ד מחזיקי הדת דקהלתינו הק' אין שטאט בראשות רבינו שליט"א.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דעם שב"ק כ"ג תמוז געפאלט די 11'טע יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת פעסיל לאה בת הרה"ק רבי אהרן ע"ה מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע, אנ"ש וועלן לערנען משניות לע"נ, ספעציעל וועלן די נשים צדקניות צינדן שבת ליכט לזכר נשמתה הבהירה.
בנה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אפרעכטן די שבת יארצייט אין ניו העמפשיר ווי די רבי וויילט אויף מנוחת הנפש, די רבי וועט צוגיין צו די תפילות כנהוג, שב"ק צופרי וועט פארקומען די גרויסע קידושא רבא לרגל די יארצייט און לרגל די שמחת הקידוש פון א אייניקיל ביים רבין בת הנולד לנכדו הרה"צ ר' חיים הערש ט"ב אב"ד ראצפערט ב"פ.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים, ויהא זכרה ברוך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כשהמלך בשדה
דעי וואך איז די ערשטע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בביהמ"ד מחזיקי הדת דקהלתינו הק' אין שטאט.
זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר זמן הדלקה"נ 8:15 זמן מוצאי שב"ק 9:46.
דעי וואך וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה "סניף דברי יואל".
ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט זיין א הוק אפ פון של"ש פון ארום 10 מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר.
בזמן שהצדיק בעיר
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם שב"ק קומט פאר די שמחת הקידושא רבא פון א אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בת הנלדה אצל נכדו הרה"צ ר' חיים הערש ט"ב רב דביהמ"ד מהרש"א ראצפערט בן מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, ונכד כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א וכ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, קימט פאר אין ביהמ"ד ראצפערט אין בארא פארק.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
הספד מר פון נכדה מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א.
לכבוד די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה דעם שב"ק כ"ג תמוז לייגן מיר ארויף די הארץ רייסענדע דברי הספד פון בנה הגדול וחביבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסע הלוי' כ"ג תמוז תש"ע פארענט פון בית מדרשינו הגדול בקרית יואל.
און די זעלבע צייט ווארפן זיך די תלמידי המתיבתא אריין און זענען זיך מתעמק צו ענטפערן א תירוץ "אויפן רבינס קשיא" להחיות נפש צדיק וואס ווערט אפגעשיקט פארן רבין במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
הקושיא
די קשיא וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט איבערגעלאזט פאר תלמידיו הקראוים בנים תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר בשיעורי הישיבה גמ' מס' שבועות פרק כל הנשבעין, איידערן ארויספארן אויף מנוחת הנפש.
🌴 פרשת פנחס בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר -חלק ב'- 🌴
=מיטוואך=
ארום 8:45 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים.
און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשע ווי סאיז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וספורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, מען האט ארומגערעדט איבער עירובי חצרות, איבער די נייע ראש ממשלת הכופרים -ומדינה הציונות, הרחבת גבולי הקדושה ביי די חרדישע אידענטום ובפרט בעיר הצדק קרית יואל, אויך האט מען ארומגערעדט איבער די טראגעדיע אין פלארידע און איבער די הלכה'דיגע ענינים אין אזא פאל ווען מען האלט יארצייט וכדומה, די רבי האט אויסגעשמועסט די מג"א אז "אדם בחזקת חי" דערציילנדיג א מעשה פון הרה"ח ר' אברהם יצחק הויער ז"ל וועלעכע איז אוועק אין ניו העמפשיר און מהאט אים ערשט געטראפן דריי טעג שפעטער און מהאלט יארצייט די דריטע טאג ווייל 'אדם בחזקת חי' און אויסגעשמועסט וואס איז אנדערש ביי א "מפולת שנפלו", דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק איבערן דרך המלחמה און די אנטוויקלונגען, אזוי אויך האט מען גערעדט איבער די וואלן אין ניו יארק און איבער וואס זיי קענען אויפטוען לטובת החינוך. *
=דאנערשטאג=
ארום 8:45 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים האט מען ארום גערעדט זכרונות פון ניו העמפשיר, און פון די גדולי הדור וואס פלעגן דארט קומען אויף מנוחת הנפש.
און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשע סאיז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וספורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, "די רבי האט דערמאנט די עצרת אין ארץ ישראל קעגן די פגיעה אין כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און ארומגערעדט איבער די עלבון התורה דורך אנשים שפלים די לעצטערע יארן קעגן כ"ק שר התורה ופוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, און געזאגט אז "סאיז שוין צייט אז זיי זאלן אפגעבן די ריכטיגע כבוד התורה", אויך האט מען ארומגערעדט איבער די נסיעות פון רבותינו הק' זי"ע אויף מנוחת הנפש, און איבער די שפאצירן און איבער רבי יונתן אייבשיץ זי"ע בנוגע חסידות, און איבער א ברכה ווען מזעהט בערג, און איבער די גאנצע מהלך פון די שקיעות החמה, און איבער די זמנים, דערנאך האט מען גערעדט איבער האלטן "זמן רבינו תם" בפרט מוצאי שבת און אפילו ביי א תענית, ווי די מנהג המקום איז צו האלטן "ובפרט אין קרית יואל" ווי סאיז איין קהילה, די הארבקייט פון עובר זיין דערויף און איבער די פראבלעמען וואס דאס ברענגט צו. *
=פרייטאג עש"ק=
ארום 8:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען די צענדליגע געסט, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן א לעכטיגע שבת אין ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 פרשת פנחס בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר -חלק א'- 🌴
=זונטאג שבעה עשר בתמוז=
די רבי האט געדאוונט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. "כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך", ארום 1:25 האט די רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש בקרית יואל אויפן וועג צו בעטלעהם ניו העמפשיר ווי די רבי האלט זיך אויף מנוחת הנפש. אויפן וועג האט די רבי -ווי געמאלדן- אנגעריפן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער זיך באדאנקן פאר די סדר הלימוד משנת מאיר זעליג בלילי שישי במשך די ימי הקיץ, -זעהט עקסטערע באריכט ביי די פריערדיגע באריכטן-. "בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה" ארום 7:05 איז די רבי אנגעקומען במקום הנופש. ארום 9:15 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה מעריב בביהמ"ד קהל יראים בעטלעהם. *
=מאנטאג=
ארום 8:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, ביים דאווענען האט די רבי נישט געזאגט קיין תחנון, און געזאגט תפלה לדוד, און נישט געזאגט די יהו"ר נאך תהילים כנהוג ביי דודו רביה"ק זי"ע ווען די רבי פלעגט זיין אויף מנוחת הנפש, נאכן דאווענען איז מען אריבער שלום נעמען.
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים, און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשע ווי סווערט פארפירט הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וספורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס ווערט נישט פארגעסן פון די באטייליגטע *
=דינסטאג=
ארום 8:45 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל העניך קרויס -קרית יואל, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארפירט געווארן א לענגערע הערליכע שמועס מיט די רבינ'ס חברותא הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער מנהל מבצר הכוללים בק"י, מען האט ארומגערעדט שיינע ענינים בדברי תורה און איבער הנהגות פון מאכן א ברכת שהחיינו ביי די בר מצוה, די רבי האט דערציילט א סיפור פון זקינו הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע און געזאגט אז סאיז נישט א אייגענע הנאה, און אז "סאיז יעדן טאג מיט א עקסטערע פרישקייט", אויך האט מען ארומגערעדט איבער די ענינים פון ברכות הנהנין, מצות עשה שהזמן גרמא, הכנה למצוה, אין נאך, אויך האט די רבי דעציילט איבער די שאלה וואס האט זיך געמאכט פאריאר שביעי של פסח נאכדעם וואס הרבנית הצדיקת תליט"א איז אהיים פון שפיטאל און אינדערפרי איז זי שוין ב"ה ארויפגעקומען, אבער האט נאכנישט געהאט געהערט קידוש פון ליל יו"ט און נישט געמאכט א שהחיינו, און די רבי האט געהייסן א אייניקיל מאכן די קידוש פון ביינאכט "מיט א שהחיינו" מוצא צו זיין די רעבעצין זאגענדיג אז ער דארף מאכן א שהחיינו "פאר די שמחה פון זעהן די באבע אהיימקומען נאכן זיין א לענגערע צייט זיין אין שפיטאל". אויפן וועג ארויס האט זיך די רבי אומגעקיקט אויף די בוי ארבעט ביים פארגרעסערן די ביהמ"ד צוליב די ריבוי העם בליעה"ר וועלעכע קומען מיטהאלטן די לעכטיגע שבתים בצל הקודש אין ניו העמפשיר, אויפן וועג אהיים האט זיך די רבי נאכגעפרעגט ביי די אייגענטומער פון די "שערמאנס האטעל" איבערן האטעל ווי אסאך אנ"ש האלטן זיך אויף וויילענדיג בצל הקודש אין ניו העמפשיר, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן מנהג פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע נישט צו זאגן תחנון ווען מען איז נישט אינדערהיים. *
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
ויהי ממחרת!! דער פולער אמת איבער די שטאטישע וואלן אין וויליאמסבורג!!
גאר רייכע און אפנהארציגער שמועס דעי וואך אין "דער בלאט" מיטן "שר העסקנים הרב נפתלי משה אינדיג" איבער די וואלן פארגאנגענע וואך.
צווייטע סדר הלימוד רבתי משנת מאיר זעליג מעמד אהבת תורה -חמש שעות רצופות, דעם היינטיגן ליל שישי, דורך תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר סניף קדושת יואל.