בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Photos

← Show all

Monday3 Menachem Av 57817/12/2021

Photo
די ווייטערדיגע ארבעט צו פארענדיגן הערליך די גרויסע בור הטבילה
Photo
די ווייטערדיגע ארבעט צו פארענדיגן הערליך די לינקע זייט פון די מקוה
Photo
די ארבעט ביים אראפנעמען די אלטע שאוער"ס, ווי עס וועט צוקומען צענדליגע זיץ פלעצער.

ווערט געזעהן די געטרייע מקוה איד הרה"ח ר' ארי פריעדלענדער.
Photo
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

בנדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין.

=הערליך פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פון די נייע שאוער"ס און איז אריין אין באניץ דעם פארגאנגענעם פרייטאג בשעטו"מ=

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
החזקת מורשת אבותינו מוסדות יטב לב בארה"ק

דינער לטובת "מוסדותינו הק' יטב לב בארה"ק" בקרב קהלתינו הק' לאנדאן פארגאנגענעם ליל שישי מטו"מ, די מעמד איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים העכערן ביהמ"ד הגדול מיט די באטיילונגונג פון א ריזן ציבור אנ"ש תושבי לאנדאן בהשתתפות הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו לאנדאן שליט"א, וועלעכע האבן זיך גאר ווארעם אנגעריפן לטובות די הייליגע מוסדות ביד נדבה וברוח נדיבה.

אלקא דמאיר עינינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday2 Menachem Av 57817/11/2021

Photo
באזוך פון אדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א היינט ביי מחותנו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר -אינעם ניי געבויעט'ן טאראסע (געזיבאו) אין הויף פון רבינ'ס דירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
מסיבת לחיים נאכן מעמד אינעם נייעם היכל הביהמ"ד.
Photo
מה מקוה מטהר

מעמד יציקת הבורות.

Thursday28 Tammuz 57817/8/2021

Photo
הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א וועלעכע איז אין דעי טעג אנגעקומען אויף א ערשט'מאליגע באזיך אין מאנטשעסטער זייט ער האט איבערגענימען די כתר האדמורו"ת אויף א באזיך ביי הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
אידן זענען פוקד ציון קוה"ק פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זיעוכי"א היינט ביומא דהילולא קדישא בביה"ח דקהלתינו הק' אין אוהעל.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
יארצייט סעודה נעכטן ליל הילולא קדישא של זקינו רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע בצל הקודש ביי נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days