בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגט' מנחם אב תשפ"א7/18/2021

ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי הבדלה היינט מוצאי תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה היינט תשעה באב בבית מדרשינו מחזיקי הדת דקהל יראים בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
שם ישבנו גם בכינו בזכרנו את ציון

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי אמירת הקינות און קלאגן על חורבן ביהמ"ק בבכיות נוראות היינט תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רחם על ציון כי היא בית חיינו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקול בוכה ביים זאגן די הפטורה וברכותיה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית היינט תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כלו בדמעות עיני, חמרמרו מעי נשפך לארץ כבדי, על שבר בת עמי

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי קריאת "מגילת איכה" און קלאגן על חורבן ביהמ"ק בבכיות נוראות ליל תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי "ברכת בורא מאורי האש" מוצ"ש ליל תשעה באב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגז' מנחם אב תשפ"א7/16/2021

באריכט
רב לך שב"ת בעמק הבכה

דעי וואך שב"ק פ' דברים - שבת חזון איז די דריטע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בבית מדרשינו "מחזיקי הדת" דקהל יראים אין שטאט.

זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ 8:12
זמן מוצאי שב"ק 9:39.08.

דעי וואך וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה "סניף ברך משה".

ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט נישט זיין קיין הוק-אפ פון של"ש.

בכו תבכה בלילה
תפילת מעריב וקריאת מגילת איכה, מוצ"ש בערך בשעה 10:00.

יהו"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת דברים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר


=זונטאג=

במשך די וואך האט געוויילט במחיצת הקודש הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א.

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אזוי אויך האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט די רשימה פון די פרישע חתנים במשך די לעצטע צייט אין ישיבה גדולה שיעור ד'.

אויפן וועג אהיים פון ביהמ''ד האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער איבער די מנהג פון רביה"ק זי"ע נישט צו זאגן תחנון ווען מען איז נישט אינדערהיים, און איבער די נסיעה פון הרה"ק משינאווא זי"ע קיין ארה"ק בשנת תרכ"ט.

=מאנטאג=

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער -קרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור. רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכת קדשו, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עולה זיין מפטיר פאר די בר מצוה און איבער נאך מנהגים ביי די בר מצוה. אזוי אויך האט רבינו שליט''א פארציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הק'.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים. אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע. ציווישן די ענינים וואס רבינו שליט''א האט ארומגערעדט איז געווען די נושא איבער די שקיעה ביי געגענטער וואס געפינען זיך אויף בערג -ווי ניו העמפשיר, פאלם ספרינגס, קרית יואל, ירושלים, און וואס א חילוק דא מאכט אויס לגבי די זמנים. אזוי אויך האט מען ארומגערעדט איבער די גזירת ביי כלל ישראל במשך די דורות, גזירת ת"ח ות"ט, איבער די קרייץ צוגן און אירע איבערפאלן אויף די אידישע ישובים, איבער די גזירות המלבושים אין רוסלאנד, און די מלחמה וואס די גדולי ישראל האבן געפירט דערקעגן.
נאכן שפאציר זענען עטליכע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אויפן וועג אהיים נאך תפילת מעריב בבית המדרש, האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השגחה און די כשרות פון די מקוה אין בעטלעהעם, ניו העמפשיר.


=דינסטאג=

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביינאכט פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פונעם אר"י הקדוש זי"ע.

אויפן וועג אהיים האט רבינו שליט''א פארציילט איבער די קורות ימי חייו פונעם אר"י הקדוש זי"ע.


=מיטוואך=

ארום 8:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. פאר'ן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פונעם אר"י הקדוש זי"ע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי רבינו שליט''א האט דערציילט לענגערע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע, ובפרט איבער די קברים וואס דער אר"י הקדוש האט אנטפלעקט.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק. צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער "נגונים" אין דער אלטער היים, איבער נגונים וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון די גוים דורך די צדיקים, און איבער נוסחאות התפלה ביי צדיקים לבית ראפשיץ, בלאזוב, צאנז, דינוב. אזוי אויך האט רבינו שליט''א פארציילט איבער די תנועות וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט זיך אונטערזינגען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, ובפרט איבער די ניגון "אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב" פסח ביים סדר, וואס איז געווען פון די געהויבענסטע מינוטין ביים סדר.


=דאנערשטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק. צווישן אנדערע ענינים האט מען ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים איבער זינגען ביים דאווענען, עובדות וסיפורים פון צדיקים הקודמים בעניני חופה וקידושין.

נאך מעריב האבן שלום גענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען מיטלעבן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע הלכות ערב תשעה באב שחל בשבת.
=פרייטאג עש"ק=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים,

נאכן דאווענען האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט. דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח

דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די נייע געגענטער אין וויליאמסבורג, אזוי אויך האט מען ארומגערעדט בנוגע תפלה בציבור און איבער לערנען ערב תשעה באב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
נייעם פלייסיגן וועד הפועל לייגן אריין כוחות אדירים צו אהערשטעלן א צייטוויליגע הרחבה מיטן געדרענג בבית מדרשנו הגדול.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעה
העפטיגע צוגרייטונגען אהער שטעלנדיג פלענער מיט גרויסע ארכיטעקטן צו פארברייטערן דעם ביהמ"ד הגדול בקהלתינו הק' אין לאנדאן הבירה פאר די הייליגע טעג און ימים טובים.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פייל
גליון 'מגנזי המלך'

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

בעניני תשעה באב

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 גליון מגנזי המלך דברים תשפ''א287 KB
ווידיאו
משנת מאיר זעליג

ליל שישי אום 3 אזייגער אינמיטן די נאכט, זענען די תלמידי ישיבתינו הקדושה פון קרית יואל עוסק בתורה פינף שעה רצופות, אינעם 'ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל' ביז צום עלות השחר.

די הערליכע פראיעקט להגדיל תורה ולהאדירה איז מנדבת לבם פון די חשובע מרס ריספלער שתחי' - ובנה הרבני הנגיד מוה"ר ר' פישל ריספלער הי''ו לע"נ דער חשובע ראה"ק דקהלתינו הרבני הנגיד רבי מאיר זעליג ריספלער ז''ל.

טעמה כי טוב סחרה, לא יכבה בלילה נרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

דאנערשטאגו' מנחם אב תשפ"א7/15/2021

בילד
הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו לאנדאן שליט"א וואס געפונט זיך די טעג אין ניו יארק, האט היינט באזוכט אין קרית ברך משה אין וואודבורן.

ווערט געזעהן אין ביהמ"ד 'בנין יהודה' ביי תפילת מעריב, און ביים טעגליכן שיעור פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גיליון "קול התאחדותינו" פרשת דברים(חזון) תשפ"א לפ"ק.
(מהדורת חו"ל)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק

_גם רוצ"פ מדור משולחן מלכים_

עם מאמר נפלא ליום ת"ב בענין ד' גליות
מהג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

בנדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין.

=הערליך פארענדיגט געווארן די לינקע זייט פונעם מקוה און וועט אריינגיין אין באניץ בס"ד מארגן דאנערשטאג בשעטו"מ=

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
בקרב קהלתינו הק' לאנדאן האט מען אין דעי טעג איבערגעמאכט די לעקטערס אינעם ברייט בארימטע היכל התורה היכל ישעי זאב בבית מדרשינו הגדול, להנאות לב פון די הונדערטער לומדי התורה במשך די טאג,

די ארבעט איז דורך געפירט געווארן אין די שפעטע נאכט שעות נישט צו מבטל תורה זיין פון די לומדים, די פראיעקט איז נתנדב געווארן דורכן ראה"ק הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
יבוא שלום ינוחו על משכבותם

מודעה מטעם הנהלת חברא קדישא ביה"ח דקהלתינו הק' אין ניו דזשערסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג