יום צום תשעה באב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
בכו תבכה בלילה מוצ"ש ליל תשעה באב ארום 10:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מעריב אינעם זאל פונעם טשענדלעיר (ארלינגטאן) האטעל. מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש. נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט ברכות בורא מאורי האש.
על אלה אני בוכיה, עיני עיני ירדה מים נאך מעריב האט רבינו שליט"א געזאגט מגילת איכה און די קינות, בבכיות עצומות מקונן געווען על חורבן בית תפארתינו וצער השכינה. דער משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש האט פארגעזאגט איכה און די קינות, מען האט געענדיגט ארום 11:45.
תשעה באב צופרי ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אינעם זאל פונעם טשענדלעיר (ארלינגטאן) האטעל. ביי די ברכות האט דער רבי שליט''א אויך געמאכט די ברכה פון "שעשה לי כל צרכי". עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי זילבערשטיין, כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן, לוי: הרה"ח ר' משה ארי פריעדמאן, שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' דוד פארקאש, גלילה: הב' בן הרה"ח ר' בערל שטיין.
רחם על ציון כי היא בית חיינו נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געזאגט די הפטורה און די ברכות פאר א לענגערע צייט בשעת דער רבי שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן.
מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה דערנאך האט מען געזאגט די קינות. אזוי ווי ביי די נאכט, האט רבינו שליט"א געזאגט די קינות בבכיות עצומות מקונן געווען על חורבן בית תפארתינו וצער השכינה. דער משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש האט פארגעזאגט די קינות. דערנאך האט מען געענדיגט אשרי - ובא לציון און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
ביים ארויסגיין האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר די נישט אידישע בעלי בתים פון די האטעל פארן געבן רשות צו נוצן די זאל און לאזן מאכן די עירוב
ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, דער רבי שליט''א האט זיך מתעטף געווען בטו"ת דרש"י, ביי קרי"ש געקושט די ציצית, און משלים געווען די יום און קוה. מנחה האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' פישל פארקאש. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ, כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן, לוי: ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער, שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, הגבה: ר' דוד ווייס, גלילה: ר' שלמה היימליך.
עטליכע מינוט פאר רבינו תם איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד, און ביים זמן זיך געשטעלט דאווענען מעריב. עס האט געדאווענט פארן עמוד החתן ב"ר נפתלי משה ווייס.
נאך מעריב האט זיך דער רבי אנגעטוהן די שיך, און דערנאך געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד און טועם געווען מזונות מען האט געזינגען נגוני נחמה וגאולה. מען האט געענדיגט 10:20.
ביים ארויסגיין האבן זיך געזעגנט די קבוצה תלמידים פון ישיבה גדולה בארא פארק וועלכע האבן געוויילט שבת במחיצת הקודש. דער רבי שליט''א האט געוואונטשן "עטץ זאלטס האבן א דרך צלחה פארטס געזונטערהייט ילכו בכי טוב"ַ עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער פארן ביינאכט אויף די וועגן "אדם ילך בכי טוב" דער רבי האט געזאגט פאר די בחורים ארויסצופארן -אנדערש ווי געפלאנט- די קומענדיגע צופרי.
יהי"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=המשך באריכט שב''ק דברים - שבת חזון בצל הקודש=
נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו של"ש בביתו נאוה קודש.
צו סעודת רעוא דרעוין איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:15. דער רבי האט טועם געווען חלה און געוואונטשן לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען -אודה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס, שיר המעלות: הרה"ח ר' יונה האפמאן, די תורה איז געווען אויפן פסוק אין איכה "פצו עליך פיהם" - "עשה ה' אשר זמם" נאכברעגענדיג די רש"י פארוואס סשטייט "פ" פאר "ע" ווייל די חורבן איז געקימען ווייל מאיז נישט נזהר געווען פון שקר, און געטייטשט בדרך מוסר בעניני החורבן אז אויב מאיז נישט נזהר אין שקר איז נישט דא קיין השראות השכינה וואס זאל מגין זיין נישט נכשל צו ווערן אין די עבירות חמורות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען בבכיות נוראות "יעצט שטייט מען ערב תשעה באב לעת הערב ווען די טמאים זענען אריין במקום הקודש והמקדש", און זיך דערשטיקט פון טרערן "שוין 1953 יאר איז אריבער פון חורבן ביהמ"ק, שוין 1953 מאל וואס מען איז מקונן אויפן חורבן ביהמ"ק" ועדיין לא נושענו, אבער אידן גלייבן באמונה שלימה אפילו מען זעהט נישט, אז דער אייבערשטער וועט אויסלייזן די אידישע קינדער. דער רבי האט נאכגעברענגט א ייטב לב אז "כל המתאבל על חורבן ירושלים זוכה ורואה בנחמתה/בשמחתה" מיינט אז בשעתן קלאגן דארף מען זיך שוין פארשטעלן נחמתה ושמחתה, אזויווי די הייליגע רבי פון ליבלון זי"ע -וואס היינט נאכט איז די יארצייט- האט געזאגט אז ער זעהט שוין ווי אזוי די אידן גייען זאגן לעתיד לבא "ותתן לנו ה' אלוקינו את יום התשעה באב" און ממשיך געווען אז ''אונז זעה מיר נישט אבער אונז גלייב מיר" און דערנאך מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש 'והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה'.
נאך די תורה האט מען ממשיך געווען פאר לענגערע מינוטין מיטן זינגען "אני מאמין בביאת המשיח" בשעת רבינו שליטא פארגיסט טייכן טרערן
ידיד נפש: הרה"ח ר' פישל פארקאש, קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב שלום ווייס -מאנטריאל, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט 9:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת דברים שבת חזון בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.
די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, די תלמידים המצטיינים פון ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" - סניף "ברך משה" און אזוי אויך א קבוצה מתלמידי ישיבתינו ישיבה גדולה בארא פארק.
פרייטאג נאכמיטאג נאך די מקוה האט רבינו שליט"א געמאכט די 'עירובי חצירות' צווישן דעם ביהמ"ד אינעם דערנעבענדיגע האטעל, און מזכה געווען די פת דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש. די עירוב איז צושטאנד געקומען אדאנק די ארבייט פון די געטרייע עסקנים צו פארגרינגערען פאר די צענדליגע אנ"ש וואס שטייען איין אינעם האטעל במשך די וואכן וואס רבינו שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין ניו העמפשיר
דערנאך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי שליט''א האט איבערגעלאזט איידער ער איז ארויס געפארן קיין ניו העמפשיר. דער רבי שליט''א האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר שמואל קרויס משגיח בסניף ברך משה. נאכן דאווענען איז מען אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען.
נאכן דאווענען האט הרב אייזיק כהנא זיך באדאנקט בשם כל הקהל הקודש פאר די געטרייע עסקנים כאו"א בשמו הטוב יבורך פארן אהערשטעלן דעם עירוב ביים האטעל.
א קורצע צייט נאכן דאווענען בערך 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט. די כיבודים זענען געווען ווי פאלגענד, אשת חיל: דער אייניקעל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהות הכוס לקידוש: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש מדייני קהלתינו בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש, מנוחה ושמחה: הר"ר חיים אלימלך יאקאב.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן", און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון 'עד בכלל'.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש, בענטשן: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש מנהל סניף ברך משה.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א פארציילט פון הרה"ק החוזה מליבלון זי"ע וואס די הילולא קדישא איז געווען זונטאג ט' באב.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30 צו שחרית. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. הוצאה והכנסה: ר' יואל ברא"ד גליק, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס, עליות. כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן, לוי: ר' נתנאל אלטמאן, שלישי: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש, רביעי: הב' ב"ר איסר יודא בערגער, חמישי: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש, שישי: רבינו שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער -מאנטריאל, הוספות: ר' משה בראך, הר"ר חיים אלימלך יאקאב, ר' שמעון לאנדא, די רבינ'ס אייניקיל הרב יושע לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך, הב' ליפא מאשקאוויטש, הר"ר שמואל קרויס, הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש, אחרון: ר' יחזקאל בהר"ב גלאנץ, מפטיר: הרה"ח ר' יונה האפמאן, הגבה: משב"ק הב' אלטר ברוך גפן, גלילה: הב' ב"ר יואל פרידריך, מוסף: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש, פתיחה לאנעים זמירות: ר' דוד ברח"ל ווייס, מען האט געענדיגט 12:35.
ארום 2:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די זמירות ביים מיטאג טיש. דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און געוואונטשן לחיים. במשך די סעודה האט מען געזינגען נגוני גלות וגאולה בדביקת בבכיות ובהתעוררות רב. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה בראך. די תורה איז געווען אויפן חז"ל "לא חרבה ירושלים אלא מפני שחללו את השבת" און געטייטשט בדרך דרוש בעניני החורבן, וויבאלד מען האט נישט געהיטן קדושת השבת וקדושת הברית איז געקימען די חורבן. בענטשן: די אייניקיל הרב יושע לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך, מען האט געענדיגט 3:25.
אפאר מינוט נאכן סעודה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה. עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאסרי, כהן: הב' ב"ר אהרן יעקב כהנא, לוי: הב' ב"ר מאיר חיים שישא, שלישי: הב' ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' אליעזר גפן, מען האט געענדיגט ארום 4:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטן האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געלאנדעט מיט'ן פריוואטן פליגער צוריק אין ניו העמפשיר, נאכן באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאוסטוויל אייעווא -ווי רבינו שליט"א וועט זיך ווייטער געפינען אויף מנוחת הנפש ביז דעם קומענדיגן זונטאג פ' עקב הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און באגלייטונג פון רבני קהלתינו הק' הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א הגה"צ דומ"ץ קהלתינו בארא פארק שליט"א, און אזוי אויך הגה"צ אבדק"ק נייטרא מאנסי שליט"א -יעצט נאכמיטאג אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאוסטוויל אייעווא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עוסק זיין בתורה אויפן פליגער אויפן וועג צום בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאוסטוויל אייעווא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ויאכלו ענוים וישבעו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט דינסטאג געדאווענט גאר פרי באשמורת הבוקר, און תיכף דערנאך אפגעפארן מיט א פריוואטן פליגער פון א נאנטן עירפארט נעבן בעטלעהעם ניו העמפשיר - אינאיינעם מיט הגה"צ אב''ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א - צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה וואס רבינו שליט"א האט איינגעשטעלט פאר די פלייש געשעפטן שע"י קהלתינו הק', אין פאוסטוויל אייעווא.
אינעם בית השחיטה וועט רבינו שליט"א זיך אויך טרעפן מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וועלכער געפונט זיך די יעצטיגע וואך - לויטן איינגעשטעלטן סדר הדיינים - אויף השגחת קהלתינו אינעם בית השחיטה, און מיט הגה"צ אבדק"ק נייטרא מאנסי שליט"א דער רב המכשיר פונעם ארטיגן בית השחיטה.
דרשה פונעם פה מפיק מרגליות הגה"צ ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א תשעה באב נאכמיטאג בבית מדרשינו בית מנחם צבי - וואלעבאט אין וויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דרשה נלהבה פון הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א ליל תשעה באב בבית מדרשינו בנין יהודה בקרית ברך משה וואודבורן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דערמאנונג: זייט מזכה אייערע חבירים מיט די לינק פון די סאטמאר'ע נייעס גרופעס צי באקומען אלע נייעס /באריכטן, בילדער /ווידיאוס, בצל הקודש און ארום קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.