בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי"ט מנחם אב תשפ"א7/28/2021

באריכט
מיטוואך עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלמה שאלאמאן הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יואל ב"ר הלל וויינבערגער הי''ו
ר' יוסף חיים קרויס הי''ו
באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה פאלקאוויטש הי''ו (וומ"ס)
ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי''ו
באולם כינור דוד.

שפעטער האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יוסף גאנץ הי''ו - ר' אהרן משה גאלדענבערג הי''ו.
ר' ישראל מנחם ליכטענשטיין הי''ו - ר' יעקב אלי רייזמאן הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
העפטיגע בוי ארבייט ביים ריזן בנין אונטערן "ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' מאנסי" וועלכער איז אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין מאנסי, ווי עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א בנין פארן באניץ פון די תלמוד תורה, צו קענען אקאמאדירן די פלייץ פון ילדי מוסדותינו הק' אין שטאט בליעה"ר.

און די זעלבע צייט קומט פאר העפטיגע הכנות אינעם בנין הביהמ"ד הגדול צום געהויבענעם שבת במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגן שבת שופטים "ו' אלול" יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע. ווי עס איז ערווארטעט א ריזן ציבור אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנסי. די הנהלה האפט אז דאס נייע פלאץ וועט זיין גרייט צום באנוץ, צו ערמעגליכן צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס וועט מיטהאלטן דעם שבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אשרי עין ראתה שמחת קהלתינו

הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל וועט ממנה זיין צוועלף "פרישע מורי צדק" מחשובי רבני "מבצר הכוללים" להורות הוראה פאר אלפי תושבי העיר בברכתו ועידידו פון דעם מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

כתר הילולים על ראשם יצור

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בחצרות נייעס

די וועכענטליכע באקאנטע 'בחצרות מאגאזין' איז שוין דא צו באקומען אין די געשעפטן.

דער וואך איז די אויסגאבע פארגרעסערט געווארן מיט פיל אינהאלטסרייכע ארטיקלן, לרגל די יומא דהילולא פון מרן רבינו הקוה''ט זי''ע.

אזוי אויך קען מען סובסקרייבן צו באקומען דעם מאגאזין אויף די פאסט.

טעמו וראו כי טוב

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילדער · 4
בחצרות סאטמאר
באריכט
דינסטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר לעווי הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר דוד אלי' קטינא.
ב"ר אלימלך עקשטיין.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א געווען אויף די וועכענטליכע באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' בקרית יואל.

ארום 1:00 פארמיטאג איז געווען אויף א פריוואטע ביקור קודש ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלעכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין קרית יואל. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות. אויך האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט איבער די שבת וואס דער סקולענע רבי שליט''א האט געפראוועט אין קרית יואל, און דורש געווען בשלומו נאכדעם וואס סקולענע רבי ליידט יעצט פון א שוואכקייט, און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש. דערנאך האט רבינו שליט''א ארויסבאגלייט דעם חשובער גאסט ביז די גאס.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אייזיק הערש בערקאוויטש - הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער באולם כינור דוד. אזוי אויך ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר הערש בער מייזעלס - הר"ר ישראל מענדל געלב באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' משה ארי גוטמאן - ר' יקותיאל אלי אייגנער.

ארום 12:30 פארנאכטס האט זיך רבינו שליט"א באטייליגט ביי די שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא. דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן, מחותנים און זיידעס. דערנאך האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט חתן מחותנים און די זיידעס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
וויכטיגע פרטים און אנווייזונגען אזוי אויך די נייע ספציעלע מאפע פון חברא קדישא שע"י קהלתינו הק' און בעפארברייטונגונג צום יומא דהילולא קדישא פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א קומענדיגן מיטוואך ראה כ"ו אב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ח מנחם אב תשפ"א7/27/2021

בילד
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל איז היינט דינסטאג געעפענט געווארן אין באניץ די נייע גאר מהודר'דיגע "כלים מקוה" וועלעכע איז סטאנצינירט ביי מזרחית דרומית פונעם ביהמ"ד נעבן די עזרת נשים אריינגאנג אויף צד דרום.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
קרן הבנין אפדעיט #19 פונעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א היינט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לכו בנים שמעו לי

נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא - סניף דברי יואל, ווי רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה פאר די תלמידי הישיבה.

רבינו שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון - מצות קלות שאדם דש בעקביו" און ארויסגעברענגט מעורר זיין אויף א פירצה פון בחורים וואס גייען צו חתונות, וואס דאס איז א 'מצוה שאדם דש בעקביו'. דער רבי שליט''א האט דערמאנט אז סאיז א מצוה לשמוח חתן ביום חתונתו וביום שמחת לבו, "אבער סאיז דא א מצוה עשה פון די תקיעות שופר וואס די סגולות דערפון איז געוואלדיגע ענינים, און אז אויב ראש השנה געפאלט אין שבת האבן אונזערע חכמים געזאגט אז מזאל נישט בלאזן קיין שופר וועגן א 'חשש' פון שמה יעבירנו!! "סאיז דא א חשש אז איינער אין יענער עק וועלט וועט צוקומען צו חילול שבת האבן די חכמים געזאגט אז מ'בלאזט נישט קיין שופר, גאנץ כלל ישראל בלאזט נישט קיין שופר". און אז מ'בלאזט נישט קיין שופר ווייל חכמי ישראל האבן געהייסן קומען דעי אלע השפעות בשב ואל תעשה אפילו מבלאזט נישט קיין שופר!! אלעס ווערט נשפע פאר אידישע קינדער כאילו מוואלט געבלאזן!!.

דער רבי שליט''א האט דערמאנט די אלע סגולות וואס קומען אראפ ביים משמח זיין א חתן ביום חתונתו 'די גרויסע ענינים נשגבים מאוד, המשמחו זוכה לתורה, המשמחו זוכה לחמשה קולות' און מען פארשטייט וואס דאס מיינט אהבת חברים, מען פארשטייט דעי אלע זאכן, "ווער ס'הערט אבער צו צו כל חכמי ישראל, איז זוכה צו דעי אלע ענינים בשב ואל תעשה".

די פעטער ז"ל די מייסד הישיבה זי"ע בשעתו דאס איז שוין מער ווי 50 יאר צוריק, האט איינגעפירט א תקנה אין די ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין צו א חתונה פון זייער חבר! און ער האט געזאגט בזמנו 'נאר קרובים פסולי עדות' וזה לשונו: "..נאר א קרוב וואס איז פסול לעדות מעג גיין צו א חתונה, ..און ווער סגייט צו א חתונה ווערט פסול לעדות", ..זייער א שארפן אויסדריק ברוב חכמתו צדקתו וקדושתו האט ער פארשטאנען וואס עס מיינט גיין צו א חתונה. ער האט פארשטאנען אז מען דארף משמח זיין א חתן ביום חופתו, ער האט אבער פארשטאנען די גרויסע פירצה און די גרויסע משכשולות וואס ס'קומט ארויס פון גיין צו א חתונה. האט ער געמאכט א תקנה אז א בחור זאל נישט גיין צו א חתונה!!.

דערנאך האט רבינו שליט"א גאר שטארק ארויסגעברענגט די מכשולות וואס קומט ארויס דערפון הן לגבי ביטול תורה און די געוואלדיגע מכשולות וואס איז נוגע עניני קדושה, "די הפסד פון יראת שמים איז נאך אסאך ארגער פון ביטול תורה".
דערנאך האט דער רבי אויסגערופן "איך פרעג, א בחור אין אונזערע ישיבות ווייסט פון די תקנה פון די ישיבה און ער ווייסט ווער ס'האט מתקן געווען די תקנה, שעמט ער זיך נישט פון זיך אליינס צו גיין צו א חתונה, צו טאנצן ביי א חתונה בריש גלוי?!.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט לענגערע דברי חיזוק זיך האלטן שטארק נישט עובר זיין אויפן תקנה.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און געזאגט "אונז שטיי מיר יעצט אין חודש אב, אין דעם חודש איז די יומא דהילולא פון דער פעטער ז"ל די מייסד הישיבה, 'דער וואס האט געמאכט די תקנה אין ישיבה'. ביומא דהילולא קומט מען מתפלל זיין אויף די ציון המציונת און מ'האפט צו פועל'ן ישועות בכלל ובפרט. "וויל איך פרעגן, וויאזוי האט מען די חוצפה צו קומען מתפלל זיין אויפן ציון, בשעת ווען מיט דיין אלע רמ"ח איברים האסטו געטאנצן אויף א חתונה און האסט געוויזן ברבים אז דו פאלגסט נישט די תקנה וואס די מייסד הישיבה האט געמאכט?" איך וויל פרעגן, דאס הייסט א חסיד אדער א תלמיד? הלא בושה תכסה פנינו.

רבינו שליט"א האט ממשיך געווען איבער די מכשולות וואס קומען ארויס פון גיין צו די קישור החיתון, תנאים, שבע ברכות, און זיך אויסגעדריקט "מקען זאגן אז סאיז נאך ארגער ווי א חתונה. ווי קומט צו א בחור א ירא שמים וואס לערנט תורה וואס לערנט גמרא תוספות צו גיין אויף אזא אופן? ווי איז די בושה? ווי איז די אביסל גאות דקדושה? ווי איז אביסל שכל? און ווי איז די יראת שמים? וועגן דעם וויל איך בעטן פון יעדע בחור, אויב האסטו אביסל יראת שמים זאלסטו זיך מונע זיין פון גיין אויף שמחות!! און דער אייבערשטער וועט העלפן אז אין דעים זכות וועסטו גיין אויף די אייגענע שמחות. דערנאך האט רבינו שליט''א מסיים געווען מיט גאר שטארקע ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי האט רבינו שליט"א באנייט דעם נייעם פראכטפולע "מקוה רבינו" אין ביהמ"ד הגדול וועלכער איז פולקאם הערליך פארענדיגט געווארן, כראוי לכבודה של תורה. די מקוה איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יצחק קליין הי"ו פון וויליאמסבורג.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר ברוך פראנקעל - מאנסי.
ב"ר ברוך עקשטיין.
ב"ר יצחק זאב גרינוואלד.
ב"ר יעקב יושע כהנא.
ב"ר יחזקאל יעקב יודא היילברוין.
ב"ר יעקב שווארץ.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

לכו בנים שמעו לי
נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא - סניף דברי יואל, ווי רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה פאר די תלמידי הישיבה, איבער זיך מחזק זיין און אנהאלטן די שטארקע תקנה פונעם מייסד הישיבה רבינו הקוה"ט זי"ע נישט צו גיין צו קיין חתונות.

=זעהט עקסטערע באריכט פון די תוכן דב"ק.=

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מעכיל ברי"ש פריעדמאן - ר' חיים בר"נ קליין באולם כינור דוד. אזוי אויך ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה מענדל ווערטהיימער - ר' אליעזר רובינשטיין באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים הר"ר שמואל מאיר לעווי - ר' אהרן ברב"י קרויס. אזוי אויך ביי די תנאים פון די מחותנים ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש - ר' מנחם שמואל פראנקל.

ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די נייע אפיסעס פון "גדר" שע"י קהלתינו הק' בקרית יואל, ווי רבינו שליט''א האט קובע געווען די מזוזה און זיך אומגעקוקט אין די נייע אפיסעס. די עסקנים האבן געוויזן פארן רבין די פונקטליכע ציפערן פון די 'גדר פילטערס' וואס איז געלייגט געווארן דורכאויס די יארן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יעצט פארמיטאג איז געווען אויף א פריוואטע ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלעכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין קרית יואל. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות. אויך האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט איבער די שבת וואס דער סקולענע רבי שליט''א האט געפראוועט אין קרית יואל, און דורש געווען בשלומו נאכדעם וואס סקולענע רבי ליידט יעצט פון א שוואכקייט, און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש. דערנאך האט רבינו שליט''א ארויסבאגלייט דעם חשובער גאסט ביז די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווייטערדיגע פארשריט ביים גיסן די יסודות פארן נייעם גיגאנטישן מבצר אדיר לתורה ולתפלה די צענטראלע "ביהמ"ד בשכונת ויואל משה" דקהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז מנחם אב תשפ"א7/26/2021

בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די פייערדיגע דרשה היינט בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
לכו בנים שמעו לי

פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט "בהיכל המתיבתא" איבער זיך מחזק זיין און אנהאלטן די שטארקע תקנה פונעם מייסד הישיבה רבינו הקוה"ט זי"ע נישט צו גיין צו קיין חתונות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 210726 1744 · 35:08⬇ אראפנעמען 48.3 MB
באריכט
זונטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אויך האבן זיך געזעגענט תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה, ווי זיי האבן זיך באדאנקט פארן רבין פאר די געוואלדיגע הילף וואס זיי האבן גענאסן מעסקני אנ"ש דעים שבת נאכדעם וואס איינע פון די בחורים זענען ל''ע אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און איז באגלייט געווארן אויף יעדן שריט דורך עסקני אנ"ש.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

ארום 11:50 פארמיטאג האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש בבעטלעהעם ניו העמפשיר אויפן וועג למעון קדשו בקרית יואל.

בזמן שהצדיק בעיר
ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בשעטו"מ לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי שליט''א איז אפגעווארט געווארן דורך די תלמידי הישיבה. מען האט געזינגען ברוך הבא, און די צענדליגע בחורים האבן שלום גענימען.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים זלמן ווייסבערג - ר' יואל ברמ"ב שטערן באולם בית רחל פאראדייס,
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אפרים פישל מאשקאוויטש - ר' נפתלי מארקאוויטש באולם כינור דוד,
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מרדכי ווידער -ר' מרדכי הערש שפיצער באולם קרן ויואל משה.

שפעטער האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די נייע תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע.
ערשטע תנאים, די מחותנים הרב יואל ברשא"מ גרובער - הרב דוד ב"ר מענדל עקשטיין.
צווייטע תנאים, די מחותנים ר' מאיר יעקב כהנא - ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש.

ארום 11:50 פארנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש הרה"צ ר' אהרן מענדל טערווערסקי שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט אחיו / מחותנו הרה"צ ר' חיים מאיר טערווערסקי שליט"א צו לאדענען כ''ק מרן רבינו שליט''א און מקבל זיין ברכות קדשו צו די שמחת החתונה דעים דינסטאג אין שיכון סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=חלק ב' באריכט שב"ק ואתחנן בצל הקודש=

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:45, מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך, הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם סאמעט, כהן: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין, לוי: הב' החתן ב"ר מנחם ישעי לעווי, שלישי: הב' ב"ר שמעון שווארץ, הגבה: רבינו שליטא, גלילה: הב' ב"ר שמעון שווארץ.

ביי של"ש זענען אלע בחורים אריבער נעמען שריים פון די פיש. מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדל, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלום העניך פריעדמאן, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה "נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם" און געטייטשט מיט גאר שטארקע דברי חיזוק אז אידן גלייבן באמונה שלימה בשעת מען איז נאך אין גלות אז די נבואה אין די דברי הנחמה וועלן מקויים ווערן במלואה, ממילא האט מען שוין יעצט א נחמה פרטיה, ווייל אפילו מ'איז נישט ווערד אין די גאולה אבער אזויווי די צער איז נוגע פאר די שכינה הקדושה למעני ולמעני אעשה, וועט הקב"ה צום סוף אויסלייזן די אידישע קינדער און דעמאלטס וועט מען זוכה זיין צו די ריכטיגע נחמה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יואל בר"י קליין -מאנסי, קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען והראינו בבנינו און נאך נגוני נחמה וגאולה דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדל. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך און ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיט די ניגון כי מלאכיו. מען האט געענדיגט 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת ואתחנן "שבת נחמו" בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, די בחורים המצטיינים מתלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" - סניף "קדושת יואל".

פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב מגי"ש בקהלתינו מאנסי ור"מ בישיבה. נאכן דאווענען איז מען אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען.

א קורצע צייט נאכן דאווענען בערך 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט. פאר קידוש האט רבינו שליט"א געהייסן אריינברענגן א בעכער און מכבד געווען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י ומנהל הישיבה צו מאכן קידוש. הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן ר"מ בישיבה, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מענדל בהגר"מ פריעדמאן -מאנסי.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אתה החלותא להראות את עבדך" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מת ומשלם. קה אכסוף: הרה"ג ר' נתן הערש בריסק ראש החבורת בעלזא - לעיקוואד. בענטשן: הגה"צ הרב קלמן האלבערשטאם שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די פעולות ועסקנות לשם שמים פון רבי שמשון ווערטהיימער ז"ל וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק. דער רבי שליט''א האט אויך דערציילט סיפורים פון ר' שמשון מיט הרה"ק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע. קה רבון עלם: הרה"ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק - בארא פארק. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אויך האט דער רבי געטיילט פירות פאר די קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא - לעיקוואד. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' גבריאל יהודה אילאוויטש -בארא פארק, מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. הוצאה והכנסה: ר' משה הערש ווידער, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מענדל פר"מ. עליות. כהן: ר' לוי יצחק שעהנברוין, לוי: הב' ב"ר ברוך יהודה העלער, שלישי: הגה"צ הרב קלמן האלבערשטאם שליט''א, רביעי: ר' יואל שלמה יאקאב, חמישי: הרה"ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א - מאנסי, שישי: רבינו שליט"א, - די עלי' פון רבינו שליט''א איז געקויפט געווארן דורך אהרן שאול סאנדל. דער רבי שליט''א האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך פאר אים. שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר דוד ווערטהיימער, הוספות: הרה"ח ר' יצחק צענווירטה, הרה"ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק, הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדל, ר' ברוך נחמן בערקאוויטש, הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך, ר' מענדל מאיר שווארץ, הרה"ח ר' שלום העניך פריעדמאן, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן, הרה"ח ר' משה מארקאוויטש, הרה"ח ר' יואל ברש"ע מיטעלמאן -מאנטריאל, אחרון: ר' יששכר עפשטיין, מפטיר: הרה"ג ר' מענדל פר"מ, הגבה: הב' ב"ר שמואל שמעון בערקאוויטש, גלילה: הב' בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל, מוסף: הגה"צ הר''ר קלמן האלבערשטאם שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער, מען האט געענדיגט 1:00.

ארום 2:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן -מאנסי, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער. די תורה איז געווען אויפן פסוק פון די הפטורה "נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון גורעין ומוסיפין ודורשין, בענטשן: הרה"ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א. מען האט געענדיגט 3:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט נאכמיטאג ארום 5:45 וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע זיין דברות קודש בחובת השעה פאר תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר - בהיכל הביהמ"ד סניף דברי יואל.
אזוי אויך וועט די דב"ק מיטגעהאלטן ווערן דורך א לייוו הוק-אפ בהיכל ישיבה גדולה בבארא פארק.

לכו בנים שמעו לי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
זונטאג עקב, יעצט פארנאכט איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש הרה"צ ר' אהרן מענדל טערווערסקי שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט אחיו / מחותנו הרה"צ ר' חיים מאיר טערווערסקי שליט"א צו ליידענען כ''ק מרן רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה דעים דינסטאג אין שיכון סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג