בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday1 Elul 57818/9/2021

Notice
תיכף לתלמיד חכם ברכה

היינט אויפדערנאכט קומט פאר אין קרית יואל די מסיבה של מצוה "ומסיבת קבלת פנים" וואס ווערט אפגעראכטן לכבודו פון הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קהלתינו ירושלים, עפ"י בקשת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. קומט פאר אין שטוב פון הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו אויף 19 מירון #301, פון 8:00 ביז חצות הלילה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
זייט די ערשטע צו זעהן הערליכע בילדער און קליפס פונעם לענגערע באזוך פון כ''ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן זונטאג שופטים אין די קעמפס, דא אויף סאטמאר'ע נייעס.

און די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיטן פארשפרייטן די לינק.

טעלעגראם:

https://t.me/Satmara_Niyes

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין "קרית ברך משה" אין וואודבורין צום שמחת הבר מצוה פונעם אייניקל חתן הבר מצוה בן הגה"צ אב"ד סיגוט ורב הקרי' שליט"א. ביים אנקומען האט דער רבי געדאוונט מנחה בביהמ"ד בנין יהודה אינעם קריה.

נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריבער צום שמחת הבר מצוה וואס איז פארגעקומען אינעם בנין החדש "חדר האוכל - היכל אברהם" אינעם קריה, נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.

רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הבר מצוה. נאך די פיש ואמירת לחיים האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל אינעם סוגיא פון כפאו ואכל מצה, צי מען איז יוצא די מצות אכילת מצה.

עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט ורב הקרי' שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.

מיט 'ברכו נפשי' האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו דעם בר מצוה בחור.

נאכן שמחת הבר מצוה האט רבינו שליט"א קובע מזוזה געווען אויפן נייעם חדר האוכל, און דערנאך געדאוונט מעריב בביהמ"ד בנין יהודה.

נאך מעריב האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און די שטיבלעך, און באגלייטונג פון די עסקנים הערנדיג גריסן פון דעם מקום תורה ותפלה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם "פוד סירקל" גראסערי הארט נעבן ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט און אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח איבער דעם געשעפט אז מ'דארף נישט ארויספארן איינקויפן, רבינו שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו און דערנאך זיך ארויסגעלאזט צוריק למעון קדשו בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל פישל פריעד הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.

דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די קעמפס שע"י מוסדותינו הק' וומסב"ג - בארא פארק.

ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום אינגל קעמפ "מחנה רב טוב" אין מאנטיסעלא.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח'. פארן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד הנחת תפילין פאר נכד רבינו שליט"א חתן הבר מצוה הב' יקותיאל יהודה בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א

דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים
ב"ר אסף וואלבערג הי"ו.
בן הרב אשר חיים ווייזער הי"ו.
ב"ר יושע דוד וואלדמאן הי"ו.
ב"ר שמואל שלמה טעללער הי"ו.

ביי הלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם חדר האוכל און זיך אומגעקיקט מיט א קורת רוח אויף די תשב"ר ביים בענטשן ברהמ"ז.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אין די בתי מדרשים פון די תשב"ר ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט מיט א געוואלדיגן קורת רוח אויף די לימודים, און אריבער צווישן די טישן און פארהערט די לימודים.

צום ערשט איז דער רבי אריבער ביי די עלטערע כתות פון סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א. און דערנאך ביי די חדרים פון כתות א' ב' ג'.

עקסטערע האט רבינו שליט"א פארהערט מיט קורת רוח א לענגערע צייט זיין איר-אייניקל, הילד הח' בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק ור''מ דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.

נאכן באזוך אין די בתי מדרשים זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט"א די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.

ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום באזוך אינעם בחורים קעמפ "מחנה רב טוב" אין סוואן לעיק.

ביים אנגעקומען איז דער רבי תיכף צוגעפארן צום בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בארא פארק בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומסב"ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.

דערנאך ארום 4:35 איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד.
מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב'ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר די בחורים.

ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין מחנה בית רחל צום ערשט האט דער רבי משמיע געווען גאר שטארקע דברי מוסר והדרכה בפרט בעניני צניעות פאר אלע תלמידות.

דערנאך ארום 6:00 האט דער רבי אריבערשפאצירט צום קאנטרי און באגלייטונג פון די ראשי הקריה, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד "קביעות מזוזה - וחנוכת הבית" פארן נייעם ביהמ"ד בית אברהם יוסף ושרה, שע"י מחנה בית רחל. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט רבינו שליט"א פארטיילט ספר הק' לב אהרן פאר די לומדי הכולל אין מחנה בית רחל, דערנאך האט דער רבי געפראוועט די מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש. און דערנאך האט הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות קובע מזוזה געווען.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
סעודת ר’’ח אלול ומסיבת התחזקות פארגעקומען פאר די מרביצי תורה במוסדותינו הק' יטב לב אין בני ברק. פארגעקומען אין די זאלן פון שמח תשמח בהשתתפות די נואם הכבוד כ’’ק אדמו’’ר מזוטשקא שליט’’א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
נעכטן מוצש"ק נאך הבדלה איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו "בית דוב" אין שכונות לעמבערג ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט די נייע איבערגעבויעט מקוה און באגלייטונג פון די עסקנים.

דערנאך האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו היושב ע"פ אחיו ע"ה.

ארום 12:30 איז געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א הגה"צ ר' אברהם יושע טווערסקי שליט"א נשיא מוסדות סקווירא - ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין א חביבות'דיגע שמועס מיט בניו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, היינט ביים שמחת הבר מצוה אין קרית ברך משה - וואדבורין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
=ארבייט ביי די איבריגע בורות הטבילה, ווי עס ווערט צוגעלייגט א פרישע בור (די ביז יעצטיגע מקוה רבינו).=
Photos · 2
=ארבייט ביים רעכטן זייט פונעם מקוה ווי סוועט צוקומען צענדליגע פלעצער.=
Photo
די ווייטערדיגע ארבייט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=די הערליך פארענדיגטע גרויסע בור הטבילה וועלעכע איז שוין אריין אין באניץ בשעטו"מ.=

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday30 Menachem Av 57818/8/2021

Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה אין קרית "ברך משה" אין וואדבורין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
המשך באריכט שב"ק פרשת ראה מברכים חודש אלול בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

נאכמיטאג ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו "פרקי אבות". דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ה' "עשרה נסים נעשו לאבותינו בבית המקדש" וכו'. און געטייטשט אין די גאנצע משנה בדרך אגדה, דרוש, ומוסר. רבינו שליט''א האט גערעדט אין די ענינים פון קדושה באכילה בצדיקים, דין שליחות, ביטול ברוב, מידות ענווה אז סאיז גורם השראת השכינה און די היפך איז קליפות עמלק, העמד צלם בהכל מיינט נישט ריינע מחשבות. דורך די השפעה פון ביהמ"ק האט עשירות נישט געשאד, און עס איז נישט נתחלף געווארן די נשמות צו א נשמת גוי. און ביים סוף מעורר געווען זיך צו האלטן אין די גרעניצן פון קרית יואל דעי מקום ווי סאיז דא אסאך תורה און אסאך יראת שמים, נישט זאגן צר לי המקום און גיין צו מקומות ווי סאיז דא פריקות העול און באקוועמע אידישקייט. און מעורר געווען לתשובה ולתיקון המעשים לקראת ימי אלול הבאים לקראתינו. מען האט געענדיגט 8:05.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:35. מנחה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער - וומסב"ג, כהן: הרה"ח ר' אליעזר גלאנצער, לוי: הרה"ח ר' אברהם שמחה הירש, שלישי: הרה"ג ר' ישעי גדלי קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ג ר' אוריאל יואל כאירה.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה" און געטייטשט בדרך מוסר, אז בשעת תקיעות שופר קען מען זוכה זיין צו הערן הקב"ה אליין בלאזן שופר, און דורך דעם זוכה זיין צו אמתע תשובה, אבער פארדעם דארף מען אין די ימי אלול מרבה זיין בתשובה ותיקון המעשים און זיך מזרז זיין בשמירות התורה והמצוות בשמירת עינים ובמחשבה וכל ענינים. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה "השי"ת זאל אונז העלפן אז מזאל מיר טאקע זוכה זיין צו תשובה צו טוהן בשלימות, מזאל מיר זוכה זיין צו תכלה שנה וקללתיה תחל שנה וברכותיה, א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל, סאיז אדורך אזא שווער יאר אזויפיל צרות ישראל אזויפיל עגמות נפש וואס אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט 'דאס יאר איז געווען עפעס מער ווי א געווענליך יאר' אזעלעכע אומגליקן וואס מען האט נאכנישט געהערט, השי"ת יאמר לצרות ישראל די מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש - בארא פארק, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העלער. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 10:55.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת ראה מברכים חודש אלול בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א אב"ד ור"מ קהלתינו הק' לאנדאן.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות הק' "חכמת לב" עטה"ק. דערנאך איז דער עולם אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.

אשת חיל: די אייניקל הבחור מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה"צ ר' ברוך שליט''א.

הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ירושלים שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מדייני קהלתינו הק' בארא פארק.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עבד שפדאו רבו לשם עבדות, און איבער א בהמה וואס מען האט באשאפן בספר יצירה צו עס האט א דין בשר. קה אכסוף: הר"ר יעקב ווייס זוהן פון אב''ד קהלתינו לאנדאן. בענטשן: הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו לאנדאן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ישעי'לע טשעחויבער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ג' אלול. קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל חיים גאלדמאן הי''ו.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אוריאל יואל כאירה דיין קהל יראים ארגעטינא, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יעקב גליק. צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צו הויעך שמו"ע צוגעשיקט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ירושלים שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב פאלאטשעק, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערשל מייזליש בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.

עליות. כהן: החתן ב"ר חיים ראלניצקי, לוי: הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער, שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו לאנדאן שליט"א, רביעי: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ירושלים שליט"א, חמישי: החתן בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ, שישי: רבינו שליט"א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
ר' שלמה מיכאל מארקאוויטש הי''ו.
ר' ליפא גליק הי''ו - וומסב"ג.
ר' ברוך יודא שעהנפעלד הי''ו.
ר' אברהם דוד שטיין הי''ו.
ר' אברהם וואלף ווייס הי''ו.
ר' משה ארי מייזעלס הי''ו.

שביעי: החתן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק, אחרון: החתן ב"ר אייזיק גליק, מפטיר: הרה"ח ר' חיים ראטה - ירושלים, הגבה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער - בארא פארק, גלילה: הרה"ח ר' חיים ראלניצקי.

ביי די הפטורה האט מען אויך געזאגט 2 פסוקים פון הפטורת מחר חודש, רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד, לרגל די יארצייט פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע קומענדיגן שבת. פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יעקב ווייס - מאנסי. מען האט געענדיגט 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאהר די מעמד "הנחת תפילין" פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבחור הבר מצוה יקותיאל יהודה בן הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, אין מחנה רב טוב - נתן צבי אין מאנטיסעלא.

רבינו שליט"א וועט אנקומען אויף די יערליכע באזוך אין קעמפ און דאווענען תפילת שחרית 'ר"ח אלול' און צוגיין צו הלל. פארן דאווענען וועט רבינו שליט''א תפילין לייגן פארן חתן הבר מצוה און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים און משמיע זיין דב"ק.

אויפדערנאכט קומט פאר די "שמחת הבר מצוה" אין קרית ברך משה - וואודבורן אינעם נייעם בנין 'חדר האוכל' בראשות די זיידע כ''ק מרן רבינו שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Report
זייט מזכה אייערע חבירים מיט די לינק פון די סאטמאר'ע נייעס גרופעס צי באקומען אלע נייעס /באריכטן, בילדער /ווידיאוס, בצל הקודש און ארום קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

קלארשטעלונג 1:
סאטמאר'ע נייעס איז נישט קיין טשעט גרופ! נאר אויסשליסלעך קראנטע נייעס וואס ווערט ארויפגילייגט דורך גיטרייע עסקנים בחצר הקודש.

קלארשטעלונג 2
די אלע גרופעס האבן די זעלבע נייעס, עס איז א שאד צו זיין אויף מער ווי איין גרופ ווייל איר וועט באקומען די זעלבע נייעס דאָפּעלט!

פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקט די עדמינס.

יישר כחכם
הנהלת סאטמאר'ע נייעס.

סאטמארע נייעס אויף סטעטוס
https://wa.me/message/UZGP3NZK26VVK1

טעלעגראם:

https://t.me/Satmara_Niyes

וואטסעפ גרופעס

ז'
וואטסעפפ גרופע

ח'
וואטסעפפ גרופע

ט'
וואטסעפפ גרופע


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
WhatsApp.comסאטמאר'ע נייעסBusiness Account
Notice
סעודת הילולא כ''ו אב בקרב קהלתינו הק' בית שמש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Show earlier days