בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday3 Elul 57818/11/2021

Photos · 4
ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מאפע און אנווייזונגען צו די הייליגע און לעכטיגע טיש ליל שב"ק, און דער געהויבענעם סעודת רעווא דרעווין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
לקראת שבת לכו ונלכה

סדר וזמנים פון שב"ק שופטים במחיצת הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
והנחילנו ה' אלקינו באהבה וברצון שבת קדשיך
Notice
צהלו ורוני יושבת 'מאנסי' כי גדול בקרבך קדוש ישראל, הנה מלכך בא
Report
צהלי ורוני יושבת מאנסי כי גדול בקרבך קדוש ישראל

תושבי מאנסי איינגעהילט מיט התרגשות דקדושה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיט גרויס פרייד און דערהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי מאנסי צום ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע וועט פראווענען דעם געהויבענעם שבת קודש פרשת שופטים ו' אלול יומדהל"ק של זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיעוכי"א אינעם עיר ואם בישראל מאנסי, לחזק ולרומם בניית מבצרי מוסדותינו הק' במאנסי וועלכע ווערט געבויעט אין דעי טעג לשם ולתפארת. ווי יאר יערליך ווי רבינו שליט"א פראוועט די ייטב לב'ס יארצייט בקרב קהלתינו הק' מאנסי.

נאך א צייט אפשניט פון 6 יאר וועט מען יעצט ווידער האבן די זכי' אז מרן רבינו שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת בקרב אנ"ש תושבי מאנסי. און אין די זעלבע צייט לייגן די עסקנים אריין אינטענסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם ריזן בנין בית מדרשינו הגדול במאנסי אנגעהויבן ביים היכל הביהמ"ד הגדול פאר די געהויבענע תפילות, וואס ווערט אויסגערישט מיט די מאקסימום צאל זיצן. און ביים גיגאנטישער בנין אינטערן ביהמ"ד הגדול וועלכע איז אפגעקויפט געווארן דורך מוסדותינו הק' פארן באניץ פון די תלמיד תורה, ווי רבינו שליט"א וועט אפרעכטן די הייליגע טישן אשר לפני ה', און דער דערהויבענע סעודת רעווא דרעווין, ווי עס ווערט צוגערישט מיט הונדערטער זיץ פלעצער און הויך שטאקיגע פארענטשעס לענגאויס ביידע זייטן, און פון אינטען א מקום מיוחד פאר די עזרת נשים. צו קענען אקאמאדירן די ריבוי העם פון די הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי וועלכע וועלן זיך קומען מסתופף זיין און מיטצולעבן א שבת במחיצת הקודש.

דעם סעודת יום שבת קודש סעודה עתיקא קדישא וועט מרן רבינו שליט"א פראווענען בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני המפואר ר' משה יוסף הארטמאן הי"ו, אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט א ענגע צאל מקורבים נגידים ותומכי המוסדות וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט פון די אויפבוי פון די מבצרים אדירים פארן בית רחל.

אין די נאכמיטאג שעות וועט רבינו שליט"א משמיע זיין א שיעור בפרקי אבות, וואו עס וועט זיין א געלעגענהייט צו נהנה זיין מנועם אמרותיו הקדושים, הערליכע דרושים ואגדה, דברי מוסר והדרכה לימי חודש אלול היורדים לחדרי בטן, וחיזוק על נסיונות ופגעי הזמן, ועוד.

נאך פרקי אבות וועט רבינו שליט"א אריבערגיין צו די חברת תהילים פון די תשב"ר און משמיע זיין ברכות הקודש.

דערנאך וועט פארקומען דעם דערהויבענעם סעודת רעווא דרעווין, ווען רבינו שליט"א וועט אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו מיט די פייערדיגע של"ש סעודות תורה בדברי מוסר והתעוררות, להלהיב לבבות ישראל.

זונטאג נאכמיטאג וועט רבינו שליט"א צוריקקומען אין מאנסי ווי עס וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לקראת הימי הרחמים והרצון להפקד בדבר ישועה ורחמים פאר אנ''ש תושבי מאנסי.

לקראת שבת לכו ונלכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
יעצט פארנאכטס איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלעכע וויילט אין דעי טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון א אייניקיל. דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ארומגערעדט איבערן מצב אין ארץ ישראל, איבער די חתונה פון זיין אייניקיל אין ניו יארק, דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן שפת אמת מגור. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים געוואונטשן ברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
ארבעט ביים פארברייטערן בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הרחבת גבולי הקדושה בקרב קהלתינו הק' לאנדאן ווי מען פארברייטערט בית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
ברוך דיין האמת

אין די יעצטיגע מיטאג שעות וועט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באטייליגן ביים לוי' פון הבחור אהרן פריעדמאן ע"ה בן הרה"ח ר' מנחם מענדל ברא"ש הי"ו מתלמידי מוסדותינו הק' בקרית יואל, וועלכע איז טראגיש אומגעקומען נעכטן אין א עקסידענט אין קר"י. די לוי' גייט ארויס ארום 1:30 מיטאג פארנט פון בית מדרשינו הגדול בקרית יואל אויפן וועג צום ביה"ח דקהלתינו הק'.

יהו"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד לייביש ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.
אזוי אויך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ארי' הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא ''סניף ויואל משה''. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א.
ב"ר שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יחיאל שרגא שפיטצער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג איז אנגעקומען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא בן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אפנעמען ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו החתן. רבינו שליט"א האט דורש געווען בשלום אביו האדמו"ר מפאפא שליט"א, און אים געוואונטשן ברכות קדשו און פארן חתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג שופטים ב' דר"ח אלול בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף "אבני צדק" אין קרית יואל בהנהלת הרה"ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.

ביים אנקומען אין ישיבה איז רבינו שליט''א אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט ווי די בחורים זענען עוסק בתורה. דערנאך איז דער רבי שליט''א אריין אין א פריוואטע חדר ווי דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם מנהל שליט"א און פון הרה"ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים בקר"י.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב''ר מענדל פארקאש הי"ו.

ביי הלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות. מען האט געזאגט 'לדוד' נאך ברכו נפשי כנהוג.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געבלאזן שופר, און ביי תהילים געזאגט 10 קאפיטלעך כנהוג בימי אלול.

נאכדעם איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד. מען האט געזינגען נגונים, רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בר מצוה בחור און פאר רמ"י ותלמידי הישיבה.

נאכן לחיים איז רבינו שליט"א אראפ צום אונטערשטע שטאק פונעם בנין ווי עס לערנען א סניף פון מוסד הק' שערי חמלה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די טייערע נשמה'לעך און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די איינגעשטעלטע און פאר די קינדערלעך.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער צום בנין התלמיד תורה "בנין גאלדשטיין" ווי עס זענען געווען פארזאמלט אינעם חדר האוכל די תלמידי כיתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א. די קינדער האבן געזינגן חרוזים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די קינדער 'א גוט געבענטשט יאר'.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' חיים ראלניצקי הי''ו - הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א באולם קרן ויואל משה.
ר' מו''ה שרגא חיים פעדער הי''ו - ר' זלמן לייב גליק הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' הערשל יאזשעף הי''ו - ר' שמואל יודא שטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז אויך בביתו נאוה קודש פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פון די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' הערשל שפיטץ הי"ו, בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס. דער רבי האט אריינגעשריבן די אויתיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרב מרדכי טערווערסקי בן הרה"צ ר' אהרן מענדל בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אפנעמען ברכות קדשו לרגל די בר מצוה פון בנו ני"ו וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין סקווירא.

שפעטער האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים:
ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
לעצטערע הכנות ווערט פארענדיגט אינעם "בנין בית מדרשינו הגדול במאנסי" צום שבת במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday2 Elul 57818/10/2021

Notice
זמן כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "לקראת הימי הרחמים והרצון" להפקד בדבר ישועה ורחמים

היום בוויליאמסבורג, משעה 6 עד שעה 10 בדיוק.

הצלחה רבה און פויעלטס אלעס גוטס

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוך אינעם "פוד סירקל גראסערי" הארט נעבן ביהמ"ד אין קרית ברך משה אנגעפירט דורך הרה"ח ר' שמעון לאנדא הי"ו, ווערט געזעהן זיין פאטער הרה"ח ר' אברהם שלום הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים קובע זיין די מזוזה אויפן בנין החדש "חדר האוכל - היכל אברהם" נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
רבינו שליט"א מכבד דעם אייניקיל דער בר מצוה בחור מיט ברכת המזון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
רבינו שליט"א ביי די דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
דער בר מצוה בחור ביים זאגן די פשטל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
עס טרעט אויף די זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים וואונטשן דער מצוה בחור און פאר בנו אב"ד סיגוט און פאר די זיידע אבד"ק בית אהרן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
דער רבי זאל לעבן א מזל טוב

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים ערשיינען צום בר מצוה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

שמחת הבר מצוה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הבחור בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אינעם בנין החדש "חדר האוכל - היכל אברהם'' אין קרית ברך משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה אין קרית "ברך משה" אין וואדבורין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות ביים קובע מזוזה זיין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות ביי זיין דרשה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים וואונטשן לחיים און ביי די דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארטיילן ספר הק' לב אהרן פאר די לומדי הכולל אין מחנה בית רחל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
מעמד "קביעות מזוזה - וחנוכת הבית" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארן נייעם ביהמ"ד 'בית אברהם יוסף ושרה' אינעם קאנטרי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים אריבערשפאצירן פונעם מחנה בית רחל צום קאנטרי, און באגלייטונג פון די ראשי הקריה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזיך אין מחנה בית רחל. ווי דער רבי האט משמיע געווען שטארקע דב"ק פאר די תלמידות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים ודב''ק מיט די בחורים תלמידי מכינה לישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים טיילן א ספר פאר די בחורים המצטיינים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די בחורים תלמידי מכינה לישיבה אין ''מחנה רב טוב'' אין סוואן לעיק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים טיילן שריים פאר די תשב''ר דורך די חשובע מלמדים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים משמיע זיין דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Video
מעמד קבלת פנים פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דורך די הונדערטער תשב"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארהערן זיין איר-אייניקל, הילד הח' בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק ור''מ דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים זיך אומקוקן ביי די יונגע קינדערלעך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די קלענערע תשב"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די גרעסערע תשב"ר בצהלות פניו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די תשב"ר ביי ברכת המזון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שחרית והלל.
Photos · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית מיט די הונדערטער גרעסערע תשב"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים אנקומען אינעם אינגל קעמפ "מחנה רב טוב - נתן צבי" אין מאנטיסעלע. ווי דער רבי איז מקבל פנים געווארן דורך די תשב"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
ברייטע דעקונג פונעם לענגערע באזוך פון כ''ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן זונטאג שופטים אין די קעמפס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days