בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי' אלול תשפ"א8/18/2021

מודעה
שישו ושמחו בשמחת התורה

סיום הש"ס דורך "חבורת לומדי ש"ס" בקהלתינו הק' מאנסי דורכן בארימטן שיעור פון הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א באגריסט זיך מיט הגה"צ אב"ד בארוב מאנסי שליט"א שליטא און הגה"צ אב"ד דזבוי בארא פארק שליט"א ביים מעמד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א ביים וואונטשן לחיים און ביי די דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א ביים וואונטשן ברכות קדשו פאר די פיר נייע דיינים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
מעמד התמנות פאר די פיר נייע מו"צ בבית הוראה דקהלתינו הק' במאנסי בבית מדרשינו הגדול במאנסי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט' אלול תשפ"א8/17/2021

בילד
ביים מסיבת לחיים.
בילד
רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקען אינעם געשעפט.
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים קובע מזוזה זיין אינעם נייעם געשעפט פון הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוך ביי הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א בבית מדרשו אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א פארגאנגענעם זונטאג אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מרבה ישיבה מרבה חכמה

יעצט פארנאכטס זענען אריין בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוויליאמסבורג די הנהלת ממלכת התורה ווי רבינו שליט"א האט קורא שם געווען פאר די נייע ישיבה קטנה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב"ג וועלכע וועט געפענט ווערן אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט נאכצוקומען די מספר התלמידים וואס איז נתרבה געווארן בליעה"ר. - מיטן נאמען ישיבה אהבת התורה.

די נייע ישיבה "אהבת תורה" איז די 6'טע ישיבה אינערהאלב די ממלכת התורה פון די ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בוומסב"ג, וועלכע ציילן זיך מיט די בארימטע ישיבות היכל התורה, באר התורה, מבצר התורה, נזר התורה, חכמת התורה.

יהי"ר שחפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ביים אריבערגיין וואונטשן "א גוטע וואך" פאר רבינו שליט"א נאך הבדלה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
רבינו שליט"א ביי הבדלה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אלפי אנ"ש תושבי מאנסי ביי סעודת רעוא דרעווין נאכן מיטלעבן א געהויבענעם שבת במחיצת הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
של"ש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם שבת העעל"ט בקרב קהלתינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' בעריש מערץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ''זרע קודש'' בביהמ''ד הגדול בקר''י, בהנהלת הרה"ג ר' אשר ווידער שליט"א, לרגל די שמחת הברית מילה פון בן המנהל שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מנהל שליט''א פאר די זיידעס און פאר די בחורים.

אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט ווי מען פארברייטערט די עזרת נשים לקראת די הייליגע טעג.

ארום 1:45 פארמיטאג איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ג ר' יחזקאל יעקב יודא היילברוין שליט''א - ר' חיים ארי' שמעלצער הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' ברוך מאיר בראדער הי''ו - ר' מאיר אלי אקער הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' טובי' פעלדמאן הי''ו - ר'אברהם מתתי' סטראלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם סופר הי''ו - ר' יואל ב''ר יונה בערנאטה הי''ו.

ארום 10:35 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א כ''ק אדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א אפנעמען ברכות קדשו לרגל די חתונה פון נכדו החתן בן בנו הגה''צ לוחם מלחמת ה' ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ''ל אב''ד משכנות הרועים קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט אים ארויס באגלייט ביזן טיר.

שפעטער איז אריבער געקומען צו רבינו שליט''א בנו בכורו הגה''צ אבדק''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א אינאיינעם מיט הנהלת בית האופה דקהלתינו הק', לקראת דעם בעפארשטייענדן מצות סעזאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגח' אלול תשפ"א8/16/2021

באריכט
זונטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

ארום 2:30 מיטאג האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי.

ביים אנקומען אין מאנסי איז רבינו שליט"א געווען אויף באזוכן ביי עטליכע נגידים, תומכי המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט סכומים אדירים לטובת די מוסדות און אפגעקויפט גרעסערע זכותים אין די מבצרים אדירים וואס ווערן געבויעט. רבינו שליט"א האט געחתמעט די שטרות אינאיינעם מיט די נגידים און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך האט רבינו שליט"א קובע מזוזה געווען אינעם נייעם "היי סטייל" טייל געשעפט פון הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך האט רבינו שליט"א באזוכט אינעם 'כולל למשפט ולהוראה'.

אזוי אויך האט רבינו שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א בבית האכסניא אין מאנסי. עס פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער חודש אלול, אויך האט מען ארומגערעדט איבער די שווערעקייטן צו חתונה מאכן יעצט אין ארץ ישראל. דערנאך האט דער גור'ער רבי שליט"א מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

אויך איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי באב"ד שליט"א ראב"ד מכון להוראה ווי עס איז פארפירט געווארן א לענגערע תורה'דיגע שמועס.

שפעטער איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד טאשנאד אין מאנסי אויף א ביקור גומלין ביי הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א. עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, און רבינו שליט"א האט אים געוואונטשן ברכות קדשו לרגל די בר מצוה פון נכדו למז"ט, און פאר נכדו חתן הבר מצוה ני"ו.

ארום 6:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנסי ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה, פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו.

נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי בביהמ"ד הגדול ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי מאנסי להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון.

במשך די זמני כניסה זענען אריין לברך ולהתברך שווערע הונדערטער אידן אנ"ש תושבי מאנסי, וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט אויפדערנאכט, אזוי אויך האבן צענדליגע אנ"ש איבערגעגעבן פארן רבין שטרות זכותים וואס זיי האבן געקויפט אין די מבצרים אדירים וואס ווערן געבויעט פאר מוסדותינו הק' אין שטאט.

יורה יורה כדת של תורה

ארום 10:00 איז רבינו שליטא אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום מעמד התמנות פאר די 4 נייע דיינים אינעם בית הוראה דקהלתינו הק' מאנסי. צום ערשט האט אויפגעטרעטן בדברי תורה הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר מאנסי רב און פאר די פיר נייע מו"צ און פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש ארויסברעגענדיג רגשי לבבו פון די קהילה אין מאנסי, און ארומגערעדט בשבח פונעם רב הקהילה וועלכע איז מעמד דיינים איבעראל און יעצט אין מאנסי, און ארומגערעדט איבער די קהילה וואס פארברייטערט זיך בכמות ובאיכות, עקסטער האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין הנאה פונעם שבת העעל"ט ובפרט פון די ווארימע דאווענען, חסידישע בעלי בתים אברכים ובחורים, און פארענדיגט בברכות קדשו פאר די נייע דיינים און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט 10:30.

נאכן מעמד איז רבינו שליט"א צוריק אריין בחדרו הפרטי און ממשיך געווען מיט קבלת הקהל.

ארום 12:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב. און נאך מעריב צוריק אריין בחדרו הפרטי און ממשיך געווען מיט קבלת הקהל.

ארום 2:10 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית מדרשינו הגדול און זיך צוריקגעקערט למעון קדשו בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ו' שופטים - א' כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פארגאנגענעם פרייטאג שופטים ערב יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה "סניף ייטב פנים" בקר"י בהנהלת הרה"ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א ישיבה שנקראת על שמו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט"א האט געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר וחיזוק לקראת ימי הרחמים והרצון.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט מאנטאג פארמיטאג ארום 1:30 וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארלערנען די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה". בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה".

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ יעדן טאג ביז סוף זמן אויף "קול סאטמאר" 845-951-1110 #311 פון די מעין מעניו, אדער אויף די בעק-אפ נאמבער 339-207-8688.

אזוי אויך קען מען איבער הערן אלע פריערדיגע שיעורים ביי די "סוגיא שיעורים אפטיילונג" אויף #427 פון די מעין מעניו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג