נייע פראכטפולע מקוה בביהמ''ד בית דוב דקהלתינו הק' בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
אשריך רבי עקיבא
אין די יעצטיגע טעג האט הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' עקיבא צבי קליין הי''ו אפגעקויפט די זכות עזרת נשים החדש בבית מדרשינו אהל פיגא בקרית יואל, וואס וועט דינען פאר אכסניא של תורה שיעורי תורה ומניני תפילה אינדערוואכן, עזרת נשים און קידוש שטיבל פאר שמחות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
אין די יעצטיגע טעג האט הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' בוומסב''ג אפגעקויפט די זכות עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול והחדש בלעיקוואד.
אשריך ר' יחזקאל דוד
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פתחו לי שערי צדק
מיט התרגשות דקדושה נעמען אויף אנ"ש תושבי קרית יואל די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף דעם שב"ק פרשת נצבים וועט זיך עפענען בשעטו"מ די 18'טע ביהמ"ד דקהלתינו הק' בקרית יואל אויף שכונת בעיקערטאון אינעם נייעם המספיק וועי.
און די פארגאנגענע טעג האט רבינו שליט"א ממנה געווען אלס מו''ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א, וועלכע איז פון די 12 נייע מו"צ אינעם בית הוראה דקהלתינו הק' בקר"י.
מארגן פרייטאג ערש"ק ארום 11:30 נאך שחרית וועט געפראוועט ווערן די "קביעת מזוזה" און מעמד התמנות ומסיבת הלחיים בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
מזמור שיר חנוכת הבית
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ויתן לך את ברכת אברהם
אין די יעצטיגע טעג ווערט אויפגעבויט א פרעכטיגע עזרת נשים החדש בבית מדרשינו ''בנין געלבשטיין'' שכונות קעסקעיד אין וויליאמסבורג וועלכע וועט אויך צוברענגען צענדליגער זיצן אין ביהמ''ד. נדבת לבו פונעם נדבן הביהמ''ד הרבני הנגיד המרומם בונה ומקים בנינים אדירים לתורה ולתפלה מוה''ר ר' אברהם בראך הי''ו מראשי הנהלת הקהלה והמוסדות בוויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticePhoto
בוי ארבעט ביים פארברייטערן די עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול בקר''י לקראת די הייליגע טעג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
לפאר ולרמם בית ה'
ארבעט צו פארשענערן בית מדרשינו הגדול ''בנין שמואל בנימין'' אין מאנטריאל נאכן ענדליך ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו פארענדיגן די דרויסענדיגע חלק הביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday24 Elul 57819/1/2021
NoticePhotoNotice
אמונים אשר נאספו גם ברכות נכספו
מודעה מטעם הנהלת קהלתינו הק' בנוגע אש''ל מלא בחינם פאר די טויזענטער געסט וועלכע קומען זיך מסתופף זיין במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף יו''ט שמחת תורה אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום ג' נצבים
יעצט 12:45 אויף דערנאכט האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א געענדיגט געזעגענען דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו וואס האט געשטראמט אין איין ציה אהנגעהויבן פון 4:30 נאכמיטאג בביתו נאווה קודש אויף היוז סטריט.
מארגן וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו סליחות אום 5:45 אינדעפרי בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג.
זמן שחרית וועט זיין 9:15, בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Tuesday23 Elul 57818/31/2021
Report
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ
היינט פארמיטאג איז פארגעקומען די ''מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים'' פארן בנין הבית רחל בנין ריספלער החדש במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
רבינו שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים. דער רבי שליט''א האט געוואונטשן פארן ציבור ובפרט פאר הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו. עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און די מנהל הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א. רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. בתו"ד האט רבינו שליט"א ארומגערעדט בשבח פונעם נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די גרויסע טובה וואס עס איז פאר די נשמה ווען מען איז מחנך א בנין וואס מען האט זיך אזויפיל געמוטשעט, און די זכי' אז אזוי פיל מיידלעך ווערן נתחנך אין זיינע בנינים. רבינו שליט''א האט מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די משפחה וואס זענען הולכים בדרכיו ועוד ידיהם נטוים לרומם קרן קהילתנו הק'.
נאכדעם איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגען אינעם בנין ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע שטאקן, אין די עסן זאלן און אין די כתות. ביים ארויסגיין האט דער רבי שליט''א גאר ווארעם געוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי' און זיך אויסגעדריקט "אז דאס איז די שענסטע כבוד וואס מען קען טוהן לטובת הנשמה".
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3Photos · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים קובע מזוזה זיין און זיך אומקוקן ביים פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג, נדבת הרבני הנגיד ר' אביגדור פרענקל הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יושע הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
רבינו שליט"א ביים טיילן געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.
מעמד סיום כתיבת ספר תורהביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אהל יוסף אוסטילא ב''פ, פארגעקומען נעכטן בבית האכסניא אין בארא פארק בהשתתפות הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אב"ד אוסטילא און די מתפללי הביהמ"ד, ווי רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געוואונטשן ברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים קובע מזוזה זיין און זיך אומקוקן ביים פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג נצבים ב' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קרית יואל. מען האט גענדיגט ארום 6:30.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב''ר יושע קאהן הי''ו. ב''ר משה נסים מזרחי הי''ו.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן מסיבת לחיים האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף חדרו הפרטי החדש בביהמ"ד הגדול, נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
נאכמיטאג ארום 4:00 ביים אנקומען אין בארא פארק איז רבינו שליט"א געווען מנחם אבל זיין משפחת הגה"צ ר' חיים יצחק אייזיק טייטלבוים זצ"ל אב"ד סלאטפינא נכד רבותינו הק', צווישן זיי בנו הרה"ג ר' ליפא ט"ב שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' באנטווערפן. עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער צדיקי ומנהגי בית סיגוט.
ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת ימי הרחמים והרצון פאר אנ"ש אין שטאט, ווי עס זענען אריין שווערע הונדערטער אידן צווישן זיי צענדליגע רבנים פון שטאט, וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 9 שעה פון 4:30 ביז 1:30.
ביי די זמני כניסה האט -ווי שוין געמאלדן- באזוכט ביי רבינו שליטא הגה"צ ר' בנציון הכהן שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא בארא פארק, ווי רבינו שליט"א האט אים איבערגעגעבן א מתנה א נייער "טלית" וואס די ציצית איז געמאכט געווארן פון די וואל וואס רבינו שליט"א האט אליינס געשניטן און מקיים געווען די מצות מתנת כהונה ביים היסטארישען מעמד ראשית הגז פארגאנגענעם חוה"מ פסח.
ארום 2:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מארגן דינסטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריינקומען צו אמירת סליחות ארום 5:45 בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג.
רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית בבנין התלמוד התורה "בנין ישעי זאב לעוו" אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה. נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש פאר די בחורים.
נאכדעם וועט רבינו שליט"א באזוכען די פראכטפולע נייע איבערגעבויעטע אולמי פרענקל שע"י מוסדותינו הק' וועלכע איז פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת.
נאכמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באשיינען די "מעמד קביעות מזוזה" פאר די פראכטפולע בנין בית רחל 'בנין ריספלער החדש' במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ היינט געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש.
אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א להיפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון פאר אנ"ש תושבי וויליאמסבורג פון 5:00 ביז 10:00.
הצלחה רבה און פועל'טס אלעס גוטס
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג נצבים א' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה זונטאג פארטאגס 5:18 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, ווי דער ריזן ביהמ"ד איז געווען מלא על כל גדותיו עד אפס מקום, אלע שטיבלעך און פאלישען הולוועיס און דורכגענג, מיט שווערע רבבות אידן וואס זענען געקומען זאגן די ערשטע סליחות במחיצת הקודש.
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה בבכיות נוראות, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20.