מארגן פארטאגס ערב ראש השנה וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריינקומען צו אמירת סליחות זכור ברית ברוב עם בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל אום 5:00 אזייגער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג וילך ז' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבה שיעור ד'.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בנין הירש גאלדבערגער לאנדא' אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד הנחת תפילין פאר נכד רבינו שליט"א חתן הבר מצוה הב' חנני יו''ט טייטלבוים בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל ליכטנשטיין הי"ו. ב"ר מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר נכדו הבחור הבר מצוה און פאר בנו הגה"צ ר' יואל שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים און די תשב"ר. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען באולם כינור דוד אין קרית יואל צום שמחת הבר מצוה פונעם אייניקל חתן הבר מצוה חנני' יום טוב טייטלבוים בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הבר מצוה. נאך די פיש ואמירת לחיים האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל.
עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש. מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו דעם בר מצוה בחור.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך די בר מצוה האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב אקער הי"ו ובניו, און הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א וועלכע זיצן שבעה נאך די פטירה פון אשתו /אמם /אחותו.
בשורות טובות
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday28 Elul 57819/5/2021
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאהר די מעמד "הנחת תפילין" פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבחור הבר מצוה חנני יום טוב טייטלבוים בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ''ד בית ברוך.
רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית בבנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט תלמידי כתה ו' ז' ח' סניף הר''ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט''א. פארן דאווענען וועט רבינו שליט''א תפילין לייגן פארן חתן הבר מצוה און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים און משמיע זיין דב"ק.
אויפדערנאכט קומט פאר די "שמחת הבר מצוה" באולם כינור דוד אין קרית יואל בראשות דער זיידע כ''ק מרן רבינו שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Report
המשך באריכט שב"ק פרשת נצבים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אראפגעקומען אין די זאל בביתו נאוה קודש ווי די "קאפעליא" האט געזונגען אלע נייע נגונים פארפאסט לכבוד די הייליגע טעג. ביים ענדיגן האט רבינו שליט"א געוואונטשן "ברכה והצלחה ויהיו נא אמרינו לרצון".
רעוא דרעוין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:55. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה ברוך פאלאק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' ברוך יודא קליין הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו (וומסב"ג).
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "אתם נצבים היום כלכם לפני ה' אלוקיכם" און געטייטשט בדרך מוסר, מיט לענגערע דברי התעוררות להכנה צו די הייליגע טעג. אידן זענען יודעין לפתות את בוראם בתרועה, הגם די אומת העולם קענען אויך בלאזן שופר און תשובה טוהן, אבער מיט דעם וואס אידן זענען מאמינים בני מאמינים און גלייבן באמונה שלימה אז אפילו מען האט יאר נאך יאר געבלאזן שופר און עס איז נאכנישט געקומען די גאולה שלימה, וועט זיך דער אייבערשטער סוכ"ס מרחם זיין און מען גלייבט אז דאס יאר וועט עס קומען, און דאס איז א געוואלדיגע מליצה ישרה אויף כלל ישראל 'יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו לך' אזוי ווי אידישע קינדער האפן און עס איז נישט אפגעשוואכט געווארן די אמונה און דעם זכות האף מיר אז הקב"ה וועט נאכמאל צוהערען די תפילות תקיעות און הירהורי תשובה פון כלל ישראל. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה אידישע קינדער זענען באמת צובראכן מען איז מתפלל מען געזעגענט זיך פון יאר "תכלה שנה וקללותיה" פאריאר האט מען אויך געזאגט 'תכלה שנה וקללותיה' ווען מען געזעגענט זיך פון יאר און פאר 2 יאר האט מען אויך געזאגט 'תכלה שנה וקללותיה' מען האפט אז עס וועט קומען א יאר א יאר וואס אידישע קינדער וועלן געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות, מען שטייט יעצט נאכאמאל סוף יאר מען בעט נאכאמאל "תכלה שנה וקללותיה" און ממשיך געווען מיט דברי התעוררות שטייענדיג סוף פונעם יאר, און מסיים געווען השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו ביאת המשיח במהרה מען זאל זוכה זיין הקב"ה זאל מקבל זיין די תפילות און די תקיעות פון אידישע קינדער, אידישע קינדער גיסן זיך אויס דאס הארץ ביים בוכ"ע, כי כל לבב דוי אלע אידישע קינדערס הערצער זענען צובראכן אידישע קינדער דארפן ישועות אידישע קינדער דארפן רפואות יעדן טאג הערט מען פרישע בשורות וואס שוידערט אויף יעדן איד, השי"ת זאל העלפן מזאל מיר זוכה זיין תשובה צו טוען בשלימות אין די טעג, השי"ת יאמר לצרות ישראל די. מזאל שיקן די גאולה שלימה יהי חסדך ה עלינו כאשר יחלנו לך, דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל מיר זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 10:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת נצבים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' העניך שעהר שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:30. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.
אשת חיל: נכד רבינו הבחור אשר אנשיל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך שליט''א.
ביי די פיש האט רבינו שליט''א געטיילט שריים פאר די וואס זענען געזעצן ביים טיש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' יואל ב"ר יצחק שמואל אפענהיים שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק פריעד הי"ו (לעיקוואד).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אתם נצבים היום" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אידישע קינדער האבן א דין פון א אשה ששברה בבית בעלה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו, ברכהמ"ז הרה"ג ר' זלמן לייב כהנא שליט"א (בית שמש).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק די שר שלום פון בעלזא זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"ז אלול. קה רבון עלם: הרה"ג ר' חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב"ר יעקב נפתלי קארסירער הי"ו. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 1:40. וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו. ביי וכרות האט דער רבי שליט''א געזאגט פסוק בפסוק.
צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו הויעך שמו"ע נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלי טייטלבוים הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו.
עליות. כהן: בעל שמחה ר' אלי כץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער הי"ו, שלישי: החתן ב"ר ישראל דוד טייטלבוים, רביעי: בעל שמחה ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: בעל שמחה הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה: ר' בנציון אונגאר הי"ו. ר' שמעון גאלדבערג הי"ו.
שביעי: בעל שמחה ר' משה אלימלך ווידער הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: בעל ברית ר' משה ארי מארק הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יואל ברח"א שפיצער הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' ישראל דוד טייטלבוים הי"ו (וומסב"ג), גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"י סופר הי"ו (מאנסי).
מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה מארק הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט 12:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה ארי מארק הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh27 Elul 57819/4/2021
Notice
וועד האש''ל פאר די טויזענטער געסט וועלכע קומען זיך מסתופף זיין במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף יו''ט שמחת תורה אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
זמנים פאר יו''ט ראש השנה במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday26 Elul 57819/3/2021
Report
פרייטאג נצבים ו' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י.
פתחו לי שערי צדק
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער געפארן צום ביהמ"ד החדש מהרש"א, דקהלתינו הק' קרית יואל, אויף שכונת בעיקערטאון אינעם נייעם המספיק וועי. דאס בית המדרש איז דער די 18'טע שוהל דקהלתינו הק' בקרית יואל.
רבינו שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים. ביי די מסיבת לחיים איז אויך פאהרגעקומען א מעמד התמנות פארן מו"צ הביהמ"ד, הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א.
קודם האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' בקרית יואל און באגריסט דעם מעמד. דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב''ק ווי דער רבי שליט''א האט - ווי שוין געמאלדן - קורא שם געווען פארן ביהמ"ד ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב דסאטמאר לשמו ולזכרו של זקינו הרה"ק פועל ישועות רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט זצוק"ל הי''ד. רבינו שליט''א האט דערביי ארויסגעברענגט אז דער נאמען איז זייער פאסיג, ווען דער ביהמ"ד געפונט זיך הארט נעבן די ראצפערט גאס אין קרית יואל, און געוואונטשן ווארימע ברכות הקודש פארן נייעם מו"צ הביהמ"ד.
נאך די דב"ק האט אויפגעטרעטן די נייע מו"צ הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א. דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די עסקנים ומתפללים און פארטיילט שריים פאר די גבאים ועסקנים.
נאך די מעמד איז רבינו שליט"א געפארן אויף מאנסי ווי דער רבי שליט''א האט מנחם אבל געווען הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אב"ד נייטרא מאנסי, ע"פ אחיו הגה"צ ר' שמואל דוד זצ''ל ר''מ ישיבת קרית נייטרא.
בברכת שבתא טבא
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פתחו לי שערי צדק
יעצט ביים מסיבת לחיים לכבוד'ן מעמד "קביעת מזוזה" פארן 18'טע ביהמ"ד דקהלתינו הק' בקרית יואל אויף שכונת בעיקערטאון אינעם נייעם המספיק וועי, אינאיינעם מיטן התמנות מו"צ הביהמ"ד הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א, האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קורא שם געווען פארן ביהמ"דביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב דסאטמאר לשמו ולזכרו של זקינו הרה"ק פועל ישועות רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט זצוק"ל הי''ד.
ווי רבינו שליט"א האט ארויסגעברענגט בדברות קדשו - אז דאס איז זייער פאסיג ווען דער ביהמ"ד געפינט זיך הארט נעבן די ראצפערט גאס אין קרית יואל.
דער נייער ביהמ"ד מהרש"א איז ערוואטעט צו זיין א לייכט טורעם לתורה ולתפילה פאר די גאנצע געגענט ארום.
הרחיבי מקום אהלך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
מרבה ישיבה מרבה חכמה
נייע ישיבה קטנה דרך התורה געאייגנט פאר בחורים וואס זיכן אישיבה מחוץ לעיר תחת דגלו והדרכתו פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א. געאייגענט פאר בחורים אנ''ש פון איבער ניו יארק זיך קענען משלים זיין בתוי''ש מחוץ לעיר מיט אש''ל מלא.
בקרב מוסדותינו הק' בבארא פארק וועט בעידודו ובברכות קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געפענט ווערן אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט א נייע ישיבה קטנה. די נייע ישיבה איז די 3'טע ישיבה צוגאב צו די ביז יעצטיגע 2 ישיבה קטנות, נאכצוקומען די מספר התלמידים וואס איז נתרבה געווארן בליעה"ר.
און די פארגאנגענע טעג האט רבינו שליט"א קורא שם געווען פאר די נייע ישיבה קטנה מיטן נאמען ישיבהמתיקות התורה. אזוי אויך האט מרן רבינו שליט''א ממנה געווען הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א אלס מנהל הישיבה.
יהי"ר שחפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת נצבים תשפ"א לפ"ק. (מהדורת חו"ל)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק _גם רצוף פה מדור 'משולחן מלכים'_
עם מאמר נפלא: 'אגוז בגימ' ח"ט(א) - אגוז בגימ' טו"ב' מהג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' געציל פרענקעל הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. אזוי אויך די ברית לבן הנולד לר' מאיר לייב ווערטהיימער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 5:30 ביז 11:45 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
דינסטאג נצבים ג' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי די תלמידים המצטיינים פון כתה ח' וועלכע האבן זיך פארהערט די לימודים. רבינו שליט"א האט פארטיילט פרסים און געוואונטשן ברכות קדשו. אויך זענען אריין תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות בימי פורים העעל"ט. רבינו שליט"א האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים די מרביצי תורה און די בחורים, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש.