בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגכ"ה אלול תשפ"א9/2/2021

בילד
נייע פראכטפולע מקוה בביהמ''ד בית דוב דקהלתינו הק' בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
אין די יעצטיגע טעג האט הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' בוומסב''ג אפגעקויפט די זכות עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול והחדש בלעיקוואד.

אשריך ר' יחזקאל דוד

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
בוי ארבעט ביים פארברייטערן די עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול בקר''י לקראת די הייליגע טעג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
לפאר ולרמם בית ה'

ארבעט צו פארשענערן בית מדרשינו הגדול ''בנין שמואל בנימין'' אין מאנטריאל נאכן ענדליך ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו פארענדיגן די דרויסענדיגע חלק הביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ד אלול תשפ"א9/1/2021

דינסטאגכ"ג אלול תשפ"א8/31/2021

בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים קובע מזוזה זיין און זיך אומקוקן ביים פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג, נדבת הרבני הנגיד ר' אביגדור פרענקל הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יושע הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א ביים טיילן געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים היינט אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישבה במוסדותינו הק' וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
מעמד סיום כתיבת ספר תורה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אהל יוסף אוסטילא ב''פ, פארגעקומען נעכטן בבית האכסניא אין בארא פארק בהשתתפות הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אב"ד אוסטילא און די מתפללי הביהמ"ד, ווי רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים קובע מזוזה זיין און זיך אומקוקן ביים פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל אין וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ב אלול תשפ"א8/30/2021

ווידיאו
היינט נאכמיטאג איז געקומען הגה"צ ר' בנציון הכהן שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא בארא פארק אויף א ביקור קודש צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית האכסניא אין בארא פארק, ווי רבינו שליט"א האט אים איבערגעגעבן א מתנה א נייער "טלית" אויף וואס רבינו שליט"א האט געלאזט ארויף קניפן די ציצית, האנט געמאכט פון די וואל וואס רבינו שליט"א האט אליינס געשניטן און מקיים געווען די מצות מתנת כהונה ביים היסטארישען מעמד ראשית הגז פארגאנגענעם חוה"מ פסח, ווי דער נייטרא רב שליט"א האט געדינט אלס כהן.
עס איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס בעניני המצוה והלכה ובמנהגי ישראל, צווישן אנדערן איז אויסגעשמועסט געווארן די חשובות פון די ציצית אז ס'איז געשניטן געווארן לשמה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ארבעט צו פארברייטערן די קאסטומער סערוויס אפטיילונג ביים "מצה בעקעריי" המהודרת דקהלתינו הק' קרית יואל צו פארגרינגערן די פלייץ פון אנ"ש קומענדיגען מצה סעזאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווייטערדיגע ארבייט ביים מרחיב זיין די גבולי הקדושה בבית מדרשינו "אהל פיגא" בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"א אלול תשפ"א8/29/2021

בילדער · 2
‏במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מעוטף בטליתו של רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ביים שופך שיח זיין לפני התיבה היינט א' סליחות, בביהמ"ד הגדול בקרית יואל, במעמד רבבות אלפי ישראל.

לשמוע אל הרנה ואל התפלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ט אלול תשפ"א8/27/2021

בילדער · 4
פתחו לי שערי צדק

דעי וואך שבת קודש וועט זיך בשטוע"מ עפענען די טויערן פון "בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד" וועלכע איז פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת פאר אנ"ש תושבי לעיקוואד.

תתחדש סאטמאר לעיקוואד!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווערט געזעהן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ הקהילה, די ראה"ק הרבני הנכבד מוה"ר אשר לעוו הי"ו, און די געטרייע חברי "וועד הפועל" ביים באזוכן די פארשריט ביי די בוי ארבייט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די ווייטערדיגע בוי ארבעט ביים פארגרעסערן בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג