דעם שב"ק קומט פאהר די שמחת הקידושא רבא פון א איר אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בת הנלדה אצל נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד תפארת אליעזר שליט''א, אין ביהמ"ד תפארת אליעזר אין בארא פארק.
אויפן פערזענליכן איינלאדענונג פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, וועלן שב''ק צופרי האבן די זכיה מיטצועסן די סעודה עתיקא קדישא אינאיינעם מיט רבינו שליט''א אויף א פריוואטע פארנעם בביתו נאוה קודש, די צענדליגער תלמידי ישיבתינו מהרי''ט בבני ברק, וועלכע זענען געקומען וויילן במחיצת הקודש אויף יו''ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג האזינו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' בנציון יודא טייטלבוים הי''ו, און די ברית לבן הנולד לר' עוזר יצחק אבערלענדער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר חיים שאול קאהן הי''ו. ב"ר זלמן לייב דייטש הי''ו. ב"ר יואל פעקעטע הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א געווען אויף ביקור חולים ביי הרה"ח ר' אפרים ראזענפעלד הי"ו לרפו"ש, און דערנאך אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולת בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען האט דער רבי שליט"א ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר", ביי די זופ האט מען געשטעלט וויין כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני שמחה, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה בב"פ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל "זרענו וכספינו ירבה כחול יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו" און געטייטשט לויטן חתם סופר וואס זאגט אז דער יו"ט יוה"ק איז קעגן יעקב אבינו וואס צורתו חקוקה תחת כסא הכבוד, און יעקב אבינו טראגט ארויף די תשובה ביזן כסא הכבוד, ביי די בכורה זעט מען אז יעקב אבינו פסק'ענט ווי רבי מאיר אז אדם מקנה דבר שלא בא לעולם. במילא אפילו "זרענו וכספינו ירבה כחול" איז א 'אין קצבה' דארף הקב"ה יא געבן כשיטת רבי מאיר. דער רבי האט צוגעענדיגט אז יודן האבן געפאסט יוה"כ און מען האט צוגעלייגט תוספות יוה"כ, במילא וועט אראפקומען "תוספות השפעות", און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און עס זאל זיין "זרעינו וכספינו ירבה כחול" מיט ברכות לרוב.
ברהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב דוד ט"ב שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, ביים ענדיגן האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות קדשו פארן ציבור.
אנעים זמירות האט פאר געזאגט הרה"ח ר' יעקב חיים גוטמאן הי"ו, מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אלי שאול כ"ץ הי"ו (בארא פארק).
פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - חדב"ן, מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, און הרה"ג ר' אשר חיים ווידער שליט"א מדייני קהלתינו.
רבינו שליט"א האט געלייענט בהתעוררות רב. עליות. כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יואל טירנויער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו, שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל נכדו הרב דוד ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, ויקרא שמה בישראל ברכה נאך זיין באבע, א' הרה"צ רבי אהרן ברא"ל טייטלבוים ז"ל.
אויך האט דער רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' מאיר באש הי"ו.
הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלמה יוסף באש הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו, הגבה די צווייטע ספר הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו, גלילה: הרה"ח ר אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו יזכור נאך פאוזע בערך 11:40 און דערנאך צוגעגאנגען צו מוסף.
טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן צווישן אנדערע: הרה''ח ר' משה יוסף מיטעלמאן הי''ו. הרה''ח ר' שלמה אליעזר שפילמאן הי''ו. הרה''ח ר' אלי לייב רראזענבערג הי"ו. הרה''ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי''ו (מאנסי). הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו.
מיט הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א
די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו - משמש.
די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו - הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו.
די דריטע כורעים: הרה''ח ר' מאיר שטערן הי''ו - הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי''ו (ב"פ).
די פערדע כורעים: הרב שמואל אליעזר טייטלבוים שליט''א (ב"פ) - הרה''ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי''ו.
מען האט געענדיגט בערך 6:05.
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משולם מרגליות שליט"א, כהן: הב' הבר מצוה ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו, מפטיר יונה: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר הרה"ח ר' משה יודא בר"ש הירש וואס האט געקויפט מפטיר, הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו.
תיקף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע. פתיחה צו נעילה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו.
נאך קדיש האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים, מען האט געענדיגט נעילה 8:25.
רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז די גרויסע מנין ענדיגט און זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו מען האט געענדיגט ארום 8:55.
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מעריב. מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק. הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א. הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. הרה"ג ר' אלי דוד גרינפעלד שליט"א. הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.
אדון עולם מיט די פיר קאפיטלעך תהילים האט פארגעזאגט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיעור היחוד האבן פארגעזאגט מנהלי מוסדותינו הק': הרה"ג ר' יואל שטערן שליט"א. הרה"ג ר' חיים ראובן שאהנברוין שליט"א. הרה"ג ר' יואל מאיר פריעדמאן שליט"א. הרה"ג ר' ישעי' יצחק רובין שליט"א. הרה"ג ר' חיים הערש גאלד שליט"א. הרה"ג ר' מיכל גרינפעלד שליט"א.
אז ביום השביעי האט פארגעזונגען הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד הי"ו.
איז אבער שווער די קשיא פונעם זיידן ז"ל זי"ע אין קדושת יו"ט, ווי אזוי קען מען תשובה טוען תשובה מאהבה ווען מען טוט עבירות ווערט דאך א מסך המבדל צווישן אידן און הקב"ה, דער זיידע ז"ל זי"ע אין עצי חיים ענטפערט ווען מען טוט תשובה מיראה ווערט נשפע אז מען זאל קענען תשובה טוען מאהבה, דער טאטע ז"ל זי"ע אין ברך משה זאגט אז ווען מען לערנט די תורה הק' איז די תורה משפיע אהבה קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה.
דורך מצוות מילה ווערט א ברית שלום צווישן אידן אין הקב"ה דורך די זכות פון מצות מילה קען מען זוכה זיין צו תשובה טוען מאהבה מכ'ל חטאתכ'ם לפנ'י ה' תטהרו, און מען דארף נישט צוקומען צו יסורים ממרקין .
און ממשיך געווען בקול בוכה ובתעוררות רב מען זאגט ביי די סליחות "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" סאיז אדורך א יאר מיט א יאר פריער, 'אזא שווער מצב אויפן וועלט א שווערן מחלה האט זיך פארשפרייט ממש א מגיפה עס האט געקאסט אזויפול נפשות מישראל', געלויבט דעם הייליגע באשעפער 'השם נפשינו בחיים', וואלט געדארפט זיין אז יעדער איינער וואס האט איבערגעלעבט וואלט געדארפט ברענגן א קרבן תודה אז מען וועט זיך פארבעסערן בתשובה ובמעשים טובים, אבער אנשטאט דעים האט מען זיך גארנישט פארבעסערט נאר פארקערט מען איז ליידער ערגער געווארן, "מען דארף רחמי שמים די מחלה ווערט שטערקער און פארשפרייט זיך נאכאמאל" ווער ווייסט צו עס איז נישט א עונש אז מען איז נישט נתעורר געווארן די ערשטע מאל, "דער אייבערשטער מאנט פון אונז דער אייבערשטער פארדערט פון אונז" עס איז אדורך א יאר מיט זייער שווערע געשעענישן אין ארץ ישראל אין אתרא קדישא מירון, און אין חוץ לארץ. און מיט בכיות אויסגעשריגן דער פעטער ז"ל האט אמאל געזאגט ווען עס איז אדורך אזעלכע שווערע צייטן "רבותי עס ברענט א פייער און מיט הייסע טרערען קען מען עס פארלעשן, ס'ברענט א פייער און מיט טרערען קען מען עס פארלעשן" לך ה' הצדקה אז אונז האמיר איבערגעלעבט דעי שווערע צייטן, אבער ולנו בושת הפנים אז מיר האבן גארנישט צוריקגעגעבן א קרבן תורה.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט"א געזאגט וידוי מיטן ציבור דער רבי שליט"א האט געזאגט "יעצט וועל מיר אלע אינאיינעם זאגן וידוי לעת כניסת היום הקדוש הזה" און אנגעהויבן בקול דממה דקה 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור די וידוי מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' אבער נישט פאר ער האט אויסגעבראכן און א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, רבינו שליט"א האט איבערגענומען די תורה און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות נאכברעגענדיג וואס דער טאטע ז"ל זי"ע פלעגט דערמאנען וואס דער עצי חיים זי"ע האט געזאגט 'אוי להם לבריות מעלבונה של תורה' אז אלע ווייטוגען פון א מענטש קומט פון עלבונה של תורה, און נאכגעברענגט פונעם פעטער ז"ל זי"ע אין דברי יואל אז עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי דער אייבערשטער איז מעורר אידן תשובה צו טוען, אדער דורך א מלך קשה כהמן אדער דורך אריינשיקן א רוח טהרה ממרום, ביי מתן תורה איז געווען א רוח טהרה פאר אידישע קינדער דאס מיינט 'אם אתם מקבלים את התורה - מוטב וועט הקב"ה מעורר זיין דורך א רוח טהרה, און דאס האט משה רבינו בארואיגט די אידישע קינדער 'הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כליה'. ליידער אז מען איז נישט זוכה מען לערנט נישט גענוג תורה קומט די התעוררות צו תשובה דורך א מלך קשה כהמן, ובבכיות אויסגעשריגן "הייליגע תורה! בשם כל הקודש בעט מיר דיך איבער, הייליגע תורה זיי אונז מוחל, מיר נעמען זיך פאר פון היינט און ווייטער מער צו לערנען די תורה מער מחזק זיין די תורה", די תורה הק' וועט אוודאי זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אידישע קינדער שטרענגן זיך אן און זענען זיך מתאמץ צו היטן די תורה, און מסיים געווען מיט אסאך ברכות
נאך 'קם רבי שמעון' האט רבינו שליט"א אנגעהויבן "כל נדרי". צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' זושא געלב שליט"א מדייני קהלתינו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו
יום הקדוש תשפ"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו סליחות בבית מדרשינו הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:30 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען בבית השחיטה המהודרת ווי הרה"ח ר' יואל הלוי ווערצבערגער הי"ו האט געשחט'ן דעם עוף, פארן שחט'ן האט דער רבי בודק געווען דעם חלף, נאכן שחט'ן האט רבינו שליט"א געזאגט דעם לשם יחוד פאר די ברכה און מקיים געווען די מצוה פון כיסוי הדם. אויך האט דער רבי שליט"א בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און איז אריין אויף א קורצע באזוך אין די גאנצע בית השחיטה.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער מנחם אבל זיין הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו על פטירת אמו ע"ה.
ארום 9:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. פארן דאווענען האט דער רבי שליטא תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים.
נאכן דאווענען איז דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אריין צו רבינו שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט גענומען לקח כנהוג.
נאכמיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בבית מדרשינו אין וומסב"ג.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי שליט''א געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, די פלייש איז געווען פון די עוף וואס רבינו שליט"א האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות און דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזונגען בהתעוררות רב דעם פיוט ירצה צום עמך אויפ'ן אהבה רבה ניגון המיוחס צום רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א פארגאסן טייכן טרערען בפרט ביים פארזונגען ירצה, בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט "במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד, ובידי אין מעש ועל זאת לבי יפחד" און געטייטשט אז דורך אמונה קען מען ארויסגיין פונעם שיעבוד היצר הרע און דורך דעם קען מען מקדיש זיין דעם הארץ און עס וועט זיין הקדש מפקיע מידי שיעבוד, אזוי ווי עס איז געווען ביי יציאת מצרים ווי עס שטייט 'לכתך אחרי במדבר בארץ לא זריעה' און דורך דעי אמונה פון אידישע קינדער איז געווען הקדש מפקיע מידי שיעבוד, און דאס איז די זכר ליציאת מצרים פון יום הקדוש, אזוי ווי דעמאלטס האט מען זוכה געווען צו הקדש מפקיע מידי שיעבוד וועט מען דורך אמונה זוכה זיין צו מקדיש זיין דאס הארץ און מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה''כ, מען האט געענדיגט ארום 3:00.
בערך 4 אזייגער איז רבינו שליט"א אריבער צו א פריוואטע מקוה און דערנאך איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה בביהמ"ד הגדול, דער רבי שליט"א האט אנגעצינדען די ליכט ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט רבינו שליט''א געצינדן די נרות יו''ט און צוויי נרות נשמה און א געזונטע לעכט בחדרו הפרטי ווי רבינו שליט''א האט זיך אויפגעהאלטן אויף יו''ט. דערנאך פארן גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי שליט"א געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק און בית שמש.
בזאת יבא אהרן אל הקודש
בערך 7:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי מעוטף אינעם קיטל, טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה אויפן פסוק "כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה'", דעם חתם סופר זיעוכי"א זאגט אז מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י ה' איז ס"ת 'מילה', עס איז דא די ד' חילוקי כפרה וואס ווערט געברענגט אין די גמרא, שטייט אין ספר הק' חרדים אז ווען מען טוט תשובה מאהבה איז גענוג און מען דארף נישט קיין יסורים אדער מיתה, דער פעטער ז"ל זיעוכי"א זאגט אין דברי יואל פרשת ויחי אז אויף די פגם הברית וואס שטייט אין זוהר הק' אז ס'ניצט נישט קיין תשובה אבער תשובה מאהבה ניצט אויף דעם אויך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביים עריכת שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.