בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday25 Cheshvan 578111/12/2020

News
היינט האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אביגדור שלום מייזעלס ע"ה
פארגאנגענעם דאנערשטאג לך האט די רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יצחק סאנדל ע"ה
מאנטאג וירא האט די רבי טעלפאניש מנחם אבל געווען משפחת הגה"ח הישיש ר' ישכר בעריש ווייס ז"ל ראה"ק דקהלתינו מאנטשעסטער
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' משה מענדל ווערטהיימער -ק"י ר' אליעזר רובינשטיין -ק"י
News
נאכן דאווענען האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אומגעקיקט אינעם בית התבשיל ממוסדותינו הק' ק"י וועלעכע געפינט זיך אינעם בנין הת"ת אויף די ראצפערט גאס, אזוי אויך האט די רבי זיך אומגעקיקט ביי די בוי ארבעט ביים נייעם בנין האדיר "בנין קליין"
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט איז פארגעקומען די מעמד הנחת תפילון פאר הב' חיים צבי בן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו חדב"ן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, לרגל די שמחה האט די רבי געדאווענט שחרית בבנין הת"ת אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט'
אויך האט די רבי געלייגט תפילון פאר די בחורים ב"ר יואל מאשקאוויטש -ק"י
וב"ר יואל בראדי -ק"י
וב"ר יואל ב"ר משה בראך -ק"י
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דב"ק דברי הדרכה פאר די בחורים
News
נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר יואל ב"ר מענדל עקשטיין -ק"י
די רבי האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים שיעור ג' נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק ג' כי אם בתורת ה' חפצו ובתרתו יהגה יומם ולילה
Photos · 3
די סטעפס ביים ביהמ"ד הגדול קרית יואל איבערגעמאכט מיט ספעציעלע מאטריאל וואס גליטש נישט אין פאל פון רעגן און שניי

Wednesday24 Cheshvan 578111/11/2020

News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן לחדב"ן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו ק"י בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א קומט פאר באולם כינור דוד
שישו ושמחו בשמחת רבינו
News
היינט ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו בביהמ"ד הגדול וומסב''ג האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א ווי עס האט זיך פראצויגן א שמיס מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר קרוב צו א האלבע שעה.

אזוי אויך האבן זיך באטייליגט
כ"ק אדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א
כ''ק אדמו''ר מגלאנטא שליט''א
כ''ק אדמו''ר מתולדות צבי דספינקא שליט''א
כ''ק אדמו''ר מבאלחוב שליט''א
הגאון ר' אשר שטערנבוך זון פונעם פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, און נאך.
Report
כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א האט היינט ביים צענטראלן שמחת השבע בחצרות קדשינו בביהמ"ד הגדול וומ"ס אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש ארויברעגענדיג די שבח פון די קהילה "סאיז מיר אן עונג ווען כ'קים אריין צו די קהילה דא אין וומ"ס א קהילה נאה וחסידה" און שטארק ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט,

דערנאך האט די רבי דערמאנט פילע אויפטיענגען וואס האבן זיך אנגעהויבן אין ביהמ"ד אויף הופפער סטריט "דא אויף דעם פלאץ נאך פאר סגעווען א בנין סאיז נאך געווען א אוהל האט מען מייסד געווען חבורת "יסודי התורה" -סגעווען דעמאלטס וואס האבן געלאכט פונעם גאנצן רעיון היינט לאכט שוין קיינער נישט "אלע קהילות האבן עס נאכגעמאכט" ווער סאזגט עס אפען און ווער סשעמט זיך צוזאגן" ב"ה אדרבא יעדער זאל נאכמאכן, אסאך גוטע זאכן האט מען נאכגעמאכט, "מער ווי צען יאר האב איך געזאגט דא אויף דעם מקום, אז די ווייץ איז זייער שוואך "מהאט מיר פארשריגן אז כבין משנה די מסורה" מהאט געשניטן היי יאר ווייץ נישט פון לאנג איילענד "נישט ווייל סוואקסט מער נישט קיין ווייץ נאר זיי שעמען זיך מודה זיין על האמת אז מען האט געגעבן פאר אידן שוואכע ווייץ יארן לאנג" און רוב מצות פון בעקעריי פלוני ופלוני קומט שוין פון קאליפארניע וואס איז שכנות מיט אריזאנע "און כהאב געשוויגן די גאנצע צייט ווייל כהאב געוויסט די אמת וועט ארויפשווימען "ווי לאנג קעמען בלאפן" כ'דאנק די הייליגע באשעפער כהאב א חלק דערין, אסאך גוטע זאכן קודם פארשרייט מען און נאכדעם טיט מען נאך.

און אויסגעפריט מיט שטארקע ברכות הקודש פאר בנו בכורו חביבו ויקירו הגה"צ האבד"ק שליט"א לרגל השמחה און פאר די מחותנים, זיידעס, חתן און פארן גאנצן ציבור.
Report
ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו היינט בביהמ"ד הגדול וומ"ס האט די אבי החתן מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט לענגערע הארץ-רייסענדע דב"ק ווי די רב האט דערמאנט מיט א קול געשטיקט פון טרערן די שווערע טעג וואס איז אריבער אויף כלל ישראל ובפרט אויפן מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א וואס איז געווען און גאר א קריטישן צושטאנד און בחסדי ה' האט די רביצין געקענט מיטהאלטן די שמחה, און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן רבש"ע אז מען האט אינטערגעפירט די יונגעסטע קינד בחייוו פון די עלטערן א זאך וואס נישט די טאטע און נישט די זיידעס ארויף ביז ר' אלעזר ניסן האבן נישט זוכה געווען.

א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען די רב האט ארויסגעברענגט א שבח והודאה אז היינט האט די רב זוכה געווען אז עס איז פארענדיגט געווארן דעם ספר הק' "ייטב לב" וואס די זיידע רביה"ק זי"ע בעל ברך משה האט געבעטן די רב צו איבערדריקן און בהוראת הגה"ג מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י שליט"א האט די רב אויסגעשריגן דעם ברכת "שהחינו" בשם המלכות "שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה" אז מען האט ערפילט דעם זיידענ'ס רצון, ווי רביהק זיע האט געגעבן פארן רב די ערשטע 5 טויזענט דאללער און געשריבן א מכתב חיזוק, און דערביי האט די רב איבערגעגעבן מנחת ביכורים פארן טאטן רבינו שליט"א דעם ערשטן ספר פונעם דריק ווי די רבי האט דאס באטראכט פאר א לענגערע צייט.
Report
הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א -ראה"כ ביי די דרשה היינט ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו בביהמ"ד הגדול וומ"ס האט די ראה"כ ארויסגעברענגט די געפילן פון די אלפי אנ"ש וואס האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן די היסטארישע חתונה הגדולה ארויסברעגענדיג יעדע מעמד באזינדער צוגלייכענדיג צו איינע פון די ימים טובים "ובפרט די דערהויבענע מצוה טאנץ צו די הייליגע הקפות" זאגענדיג "די רבי זאל זיין געזינט האט עורך געווען דא די הקפות ביי די מצוה טאנץ אידן האבן זיך געשפירט ווי די הקפות" "..סאיז הקפות חודש חשון אונז וויל מיר הקפות חודש תשרי פון רבין" אונז וויל מיר ווען סאיז מעוטף בטליתו "מראהו כמלאך אלוקים" אונז דארף מיר דורך גיין דא די נסיונות די איינציגע זאך וואס האלט צוריק אז מען זאל עס קענען דורך שוויצן איז אז מען זעט דעם מלאך אלוקים מעוטף מזעט אנהאלטן די ספר תורה מיט בכיות נוראות מעורר זיין על קדושתן של ישראל דאס שטעלט אונז אוועק און דאס געט אונז חיזוק אגאנץ יאר"
Show earlier days