בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday14 Tishrei 57829/20/2021

Notice
זמנים פאר הושענא רבה און שמחת תורה במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ערב חג הסוכות תשפ"ב

זמנים פאר יו"ט סוכות בצילא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.


עריכת השלחן הטהור ושמחת בית השואבה די ערשטע טעג יו"ט בשעה 11:00.

זמן שחרית ביידע טעג בשעה 9:45.

עריכת השלחן הטהור ושמחת בית השואבה בימי חוה"מ בשעה 11:00.

ליל ב' דחוה"מ אושפיזא דמשה בשעה 10:00, און נאכן עשה"ט שמחת בית השואבה בתיפום ובמחולת בביהמ"ד הגדול.

זמן שחרית בימי חוה"מ בשעה 9:30.

מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ בימי חוה"מ פון די עשה"ט און הלל נענועים און הושענות, אויף קול סאטמאר 339-207-8688.

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קרן מלמדים דסאטמאר
Report
מאנטאג וזאת הברכה ערב סוכות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר משה יודא הירש הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק זאפיר הי"ו.

נאכן דאווענען איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביהמ"ד הגדול, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער גיין נאך געלט ערב סוכות און איבער לייגן תפילין חול המועד.

נאכדעם איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך אין בית השחיטה המהודרת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
אפדעיטס און הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 Brochure LR11.8 MB
Photos · 2
מעמד סיום הזמן וסיום מס' פסחים בישיבתינו הק' בלאנדאן פארגאנגענעם זונטאג האזינו, ווי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים דורך א לייוו הוק-אפ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די פרייליכע בשורה פאר די חשובע אברכים ההוגים בתורה פון די דריי סאטמאר'ע כוללים בארץ הקודש
כולל עצי חיים בני ברק יצ"ו
כולל ויואל משה ירושלים עיה"ק
כולל דברי יואל בית שמש יצ"ו

אז אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א האט באגערט רצון קדשו צו פארטיילן פאר די לומדי הכולל א תמיכה פון צוויי הונדערט דאלער פאר יעדן כולל אינגערמאן לכבוד החג הבעל''ט.

פון בית מרן רבינו שליט"א האט מען זיך פארבינדן מיט הנהלת קהלתינו הק' בארה"ק, און די תמיכה איז נאך פארטיילט געווארן דורך די הנהלת הקהילות היינט ערב יום טוב.

ושמחת בחגך והיית אך שמח

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הקהל את העם למען ישמעו ולמען ילמדו

אסיפת כל הקהל הקודש אנ''ש תושבי וומסב''ג נאך יו''ט סוכות הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג וזאת הברכה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' הערשל קאהן שליט"א.
ב"ר אברהם יעקב געטטער הי"ו.
ב"ר יואל הכהן ווייס הי"ו.
ב"ר חיים נחום פישער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביהמ"ד הגדול.

לשם מצות צל סוכה

פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט "לשם מצות צל סוכה".

אויך זענען אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש די הונדערטער בחורי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' בקר"י, ווי רבינו שליט"א האט מיט א געוואלדיגע קורת רוח פארהערט די בחורים מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט פארגאנגענעם יאר.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 7:30 ביז 10:20.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד כותבי חידושי תורה פון כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט"א און האבן איבערגעגעבן עטליכע ספרים בשליחות פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
בואכם לשלום

מוסדותינו הק' במאנסי מקבל די 78 נייע משפחות הורי מוסדותינו הק' וואס הייבן אן שיקן זייערע קינדער במסגרת מוסדותינו הק' צום נייעם שנת הלימודים.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday13 Tishrei 57829/19/2021

Notice
ובנה אותה בקרוב בימינו

בנין האדיר והחדש פאר די בית רחל בקרב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
אנגייענדע בוי ארבייט ביי די מבצרים אדירים פאר די תלמוד תורה און בית רחל בקרב מוסדותינו הק' במאנסי .

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הרחיבו מקום אהלך

אפדעיט פון די הרחבת גבולי הקדושה בקרב מוסדותינו הק' במאנסי מיט די אויפבוי פון די מבצרים אדירים פאר די תלמוד תורה און בית רחל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ערב יום סוכות תשפ''ב לפ"ק

מוסדות יטב לב - צדקת רבי מאיר בעל הנס טוהט מעלדן אז זיי האבן פארענדיגט א יאהר פון א רעקארד אין פאנד רעיזינג.

היי יאהר איז דאס ערשטע מאהל אין די היסטאריע וואס זייענדיג א 12 חדשים'דיג יאר האט 'יטב לב' פארשאפט דעם פאנטאסטישן סומע פון אריבער פיהר מיליאן דאלאר פון נדיבי עם אנשי שלומינו איבער די וועלט. דער אויסטערלישן סכום פון פיהר מיליאן דאלאר, איז געלט וואס איז אריינגעקומען פון די פושקעס אין די הייזער פון אנשי שלומינו, פון געלטער וואס די עסקנים פון יטב לב האבן אריינגעברענגט דורך ארומגיין אין די בתי מדרשים און דורך אנקלאפן אין די טירן פון אנשי שלומינו, און זעלבסט פארשטענדליך אויך מנדבת לבם פון נגידי אנשי שלומינו.

די שליחי קודש פון יטב לב פארציילן אז עס האט זיך דערקענט אויפן ציבור דאס ווארעמקייט צו יטב לב, וואס ווי באקאנט דערמאנט רבינו שליט''א כסדר דעם ווארט פון רבינו הקדוש זי''ע, שכל השירים קודש, אבל שיר השירים קודש קדשים. אלע צדקות זענען הייליג אבער יטב לב איז קודש קדשים.

און דאס מציאות ווייזט אזוי אז אנשי שלומינו נדיבי מוסדות יטב לב זעהן גאר אפענע ישיעות וסיעתא דשמיא פון אט די הייליגע צדקה.

עס מוז אויך ארויסגעברענגט ווערן אז דאס געלט וואס דער אפיס האט צאמגעשטעלט און געשיקט פאר די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל, איז אויסער די געלטער וואס יטב לב אין אייראפע שיקן קיין ארה"ק, און אויסער די ריזיגע סכומים וואס מ'שיקט פאר די בנינים וואס ווערן געבויעט, און אויסער די געלטער וואס ווערט פארשאפט פאר די ימים טובים צו דעקן דעם בודזשעט דורך דעם געטרייען ראש הקהל הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו.

און ס'איז כדי צו באמערקן אז ביי די לעצטע נסיעה וואס רבינו שליט"א האט אינטערגענומען קיין ארה"ק דעם פארלאפענעם חודש סיון, האט דער ראה"ק ר' מאיר הירש הי"ו געזאגט פאר די מנהלי מוסדותינו הק' ברחבי ארה"ק, אז זייער אחדות'דיגע צוזאם ארבייט און התנהגות וועט נאר ברענגן א חיזוק אין די תמיכות וואס ווערן געשאפן אין חו"ל, און ווי טרעפליך זענען די ווערטער יעצט בסוף השנה ווען מ'קוקט צוריק און מ'זעהט די וואונדערבארע צוזאם ארבייט פון מוסדותינו הק' בירושלים בני ברק און בית שמש, און צו דעם זעהט מען די גראנדיעזע הצלחה אינעם חו"ל'דיגן אפיס פון מוסדות יטב לב, ווי קיינמאל בעפאר.

רביה"ק זיע"א האט אמאל געזאגט ביי א דינער פאר מוסדות יטב לב, סך מער פון וואס די בני אר"י זענען נהנה פון די תמיכה וואס מוסדות יטב לב שיקט, זענען נהנה די בני חו"ל די תומכי ונדיבי המוסדות די בכל אתר ואתר, דער זכות איז אויף זיי מגין בכל הענינים.

ארץ ישראל גבוה מכל הארצות!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון 'מגנזי המלך' גליון י"ג

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

עניני חג הסוכות - זמן שמחתינו הבעל"ט

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי המלך סוכות תשפ''ב424 KB
File
גליון "קול התאחדותינו"

גליון מוגדל לחג הסוכות - זמן שמחתינו
שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

עם מאמרים נפלאים בענינים שונים לכבוד החג, מאת חברי המערכת:

הרב שלמה שבתי קענסטנבוים שליט''א.
הרב יואל דאסקאל שליט''א.

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 סוכות תשפב12.2 MB
Report
המשך באריכט שב"ק פרשת האזינו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רעוא דרעווין


צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:35 מנחה: הרה"ח ר' יעקב בר"ח פארקאש הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר זעליג סאמעט הי"ו, כהן: הר"ר משה כ"ץ שליט"א, לוי: הרה"ג ר' יואל גרובער שליט"א, שלישי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "כי שם ה' אקרא הבו גודל לאלקינו" און געטייטשט אז דורך זמירות שירות ותשבחות פארן הייליגען באשעפער קען מען עפענען פארשלאסענע שערים אין הימל, אזוי אויך דורך בכיות ודמעות ווייל שערי דמעות לא ננעלו. ראש השנה און יום כיפור איז נישטא קיין זמירות, מען זאגט נישט קיין הלל, דארף מען האבן בכיה, אבער ווען עס קומט יו''ט סוכות איז ושמחת בחגיך מען זאגט שירות ותשבחות, און אזוי עפענט מען אלע שערים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי''ו (וומסב"ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה"ג ר' יואל גרובער שליט"א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:40.

במוצאי יום גילה

מוצש''ק איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען צום נייעם שוי רום פון 'סאלקא קיטשענס' אינטער די אייגענטומערשאפט פון הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדל הי''ו, ווי רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט.

דערנאך איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' אהרן שאול, און ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו בית מרדכי בקר''י. רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת האזינו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים מענדל פייערשטיין הי''ו.

מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.

ארום 11:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות.

הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו''ץ בית מדרשינו מהרש''א ראצפערט בקר''י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל ב"ר יצחק שמואל אפענהיים שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "יערוף כמטר לקח" און געטייטשט אז דורך דעם וואס די צדיקים האבן מתפלל געווען אין די עבר האבן זיי געעפנט א פתח פאר די שפעטערדיגע דורות אז ווען מען וועט מתפלל זיין זאל מען געהאלפן ווערן.

קה אכסוף: הר''ר יושע הערשל שארף שליט''א, ברכהמ"ז הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק די קאזניצע מגיד זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט ערב סוכות. קה רבון עלם: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו ( וומסב''ג)

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הר''ר אברהם וואלף פילאפף שליט''א.

צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו הויך שמו"ע נכדו הרב ליפא רובין שליט''א, חתן הגה''צ ר' ברוך שליט''א חדב''ן.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף שרייבער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.

ביי די עליות זענען נתכבד געווארן די בעלי מנגנים פון די קאפעלע וואס האבן געזינגען ימים נוראים.

כהן: בעל שמחה ר' בנימין משה כהן הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה''ג ר' ליפא ווערצבערגער שליט''א, שלישי: הרה''ח ר'יעקב יחזקי' גאנדל הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים, חמישי: הרה''ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: ר' יחיאל פעקעטע הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' יואל בר''ד כהן הי''ו, מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' ישראל הערש רייך הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א מספינקא קר''י, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי''ו. מען האט געענדיגט 12:15.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט קידוש געמאכט.

דערנאך איז רבינו שליט''א אראפ אין חדר דוד אין ביהמ''ד הגדול צום מיטאג טיש ווי עס האבן געהאט די זכיה מיטצועסן אויפן פערזענליכן פארלאנג פון רבינו שליט''א די צענדליגער תלמידי ישיבתינו מהרי''ט בבני ברק וועלכע זענען געקומען וויילן במחיצת הקודש אויף יו''ט.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כי שם ה' אקרא" אז דורך תורה ותפילה מיט מסי"נ, קען מען זוכה זיין אז אפילו די תשובה מיראה, זאלן די זדונות ווערן זכיות. רבינו שליט''א האט דערמאנט דעם יטב לב אז דורך דעם וואס מען שטייט אויף פארטאגס איז דא מסי"נ, און מעורר געווען אז די בחורי חמד זאלן ווייטער אנהאלטן דאס אויפשטיין פארטאגס און לערנען.

רבינו שליט''א האט במשך די גאנצע סעודה ארויסגעוויזן א חיבה יתירה פאר די בחורים, און בתוך דבריו ארומגערעדט בשבח פון ישיבתינו הקדושה ''מהרי''ט'' וועלכע גייט אן לשם ולתפארת, און דערביי זיך אויסגעדרוקט 'עטס זענטס מיינע תלמידים, פונקט ווי די בחורים דא אין קרית יואל'. רבינו שליט''א האט שטארק מעורר געווען דאס נישט אוועקפאהרן לערנען אין פרעמדע ישיבות, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי התחזקות וברכה.

מיט ברהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען הב' שמעון בן הרה''ג ר' זלמן לייב כהנא שליט''א פון בית שמש. מען האט געענדיגט 2:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
הגה''צ אבדק''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א ביי תפילת מנחה ערב יום הקדוש בהשתפכות הנפש בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל ווי דער רב שליט''א האט געפראוועט יוה''ק בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
הגה''צ אבדק''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א ביים סעודה ערב יום הקדוש בביתו אין קרית יואל אינאיינעם מיט א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days