Wednesday7 Cheshvan 578210/13/2021
דינער השנתי הרבית פאר מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע עלעף טויזענט תשב"ר בליעה''ר קומענדיגן מוצש''ק וישלח הבעל''ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פתיחת הזמן בהיכל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה אויפן נייעם צייטווייליגען בנין צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 100 תלמידי הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday5 Cheshvan 578210/11/2021
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת הוואכנאכט פון א איר אייניקיל ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד לנכדו הרב יואל ט"ב בן הגה''צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד"ק לינסק שליט''א קומט פאר אין ביהמ''ד משיב כהלכה לינסק אין בארא פארק.
די שמחת הברית מילה קומט פאר מארגן דינסטאג ארום 12:30 בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, און דערנאך די סעודת הברית לכל הקהל הקודש. ווי דער גרויסער זיידע כ''ק מרן רבינו שליט''א וועט מפאר זיין בראש השמחה.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday2 Cheshvan 578210/8/2021
ברכת מזל טוב פאר הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו הק' מאנסי שליט''א לרגל די שידוך שליסן פון זיין ערשטן אייניקל למז"ט.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם ליל שב''ק קומט פאהר די שמחת השלום זכר פון א איר אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בן הבכור הנולד לנכדו הרב יואל ט"ב שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט"א וחתן הגה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט''א אב"ד לינסק.
דער שלום זכר וועט פארקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג אינאיינעם מיט די וועכנטליכע התוועדות אין ביהמ''ד בראשות אבדק''ק ור''מ שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כולל אברכים יטב לב דקהלתינו הק' לאנדאן.
איינריכטונגען אינעם צייטוויליגען מקום תורה פאר תלמידי ישבתינו הקדושה במאנטשעסטער צים נייעם ווינטער זמן.
און די זעלבע צייט זעצט פאר די פלענער פאר'ן נייעם בנין האדיר והמפואר "בנין הישיבה" וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 100 בחורים בליעה''ר און קענען עוסק זיין בתורה מיט הרחבת הדעת.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אסיפת "עם קדוש" קומענדיגן זונטאג לך אלס א יום פתיחת הזמן פאר אנ''ש תושבי וומסב''ג אין די 5 גרעסערע בתי מדרשינו אין אין שטאט
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday1 Cheshvan 578210/7/2021
תשית לראשו עטרת פז
אין די יעצטיגע טעג האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ממנה געווען הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ומרה"כ בבארא פארק, אלץ דומ"ץ בית מדרשינו החדש בבנין הת"ת אויף 36.
די נייע ביהמ"ד איז די 9'טע ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין בארא פארק וועלכע שטייט פאר א לייכט טורעם פאר די גאנצע אומגעגנט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Tuesday29 Tishrei 578210/5/2021
בחסדי שמו הגדול
הרבנית הצדיקת תליט''א וועלכע איז געווען אין שפיטאל אויף לייכטע באהאנדלונגן און אבזערוואציעס, ווערט אין די יעצטיגע מינוטן באפרייט פון שפיטאל. די רביצין תליט''א וועט זיך צוריק קערן קיין פארשעי אין מאנסי אויף אפרוה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעה מטעם בית האופה דקהלתינו הק' לקראת חג המצות הבעל''ט.
אשרי עין ראתה שמחת קהלינו קהל קדושים רוגשים