בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךז' מרחשון תשפ"ב10/13/2021

מודעה
חילכם לאורייתא

מוסדותינו הק' בקרית יואל מקבל די צענדליגער נייע מרביצי תורה ומחנכות חדשות צום נייעם יאר אינעם גרעסטן מוסדות מוסדות קרית יואל.

יהא בואם לברכה ולהצלחה, להגדיל תורה ולהאדירה, ולרומם קרן חינוך בנינו ובנותינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דינער השנתי הרבית פאר מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע עלעף טויזענט תשב"ר בליעה''ר קומענדיגן מוצש''ק וישלח הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית ארום 9:30 בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צום שמחת הברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב יואל ט"ב בן הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אב''ד לינסק שליט''א.

ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט אויף די הונדערטער לומדי הכולל אין וומסב''ג.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ''ד, מיט כסא של אליהו איז נתכבד געווארן הגה''צ אבדק''ק וומסב''ג שליט''א, סנדקאות: כ''ק מרן רבינו שליט''א, אלץ מוהל האט געדינט הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

מיט די ברכות האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ ראש ישיבת בית מאיר שליט''א, ויקרא שמו בישראל אברהם חיים ע"ש זקינו הרה"ק רבי אברהם חיים מלינסק זצוק"ל.

נאכדעם איז פארגעקומען די סעודת הברית אין היכל תהילת יהוסף, עס האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה דער אבי הבן הרב יואל שליט''א, און די זיידעס הגה''צ אב''ד ב"פ שליט''א און הגה''צ ראש ישיבת בית מאיר שליט''א. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויאמר אלוקים אל אברהם ואתה את בריתי תשמר אתה וזרעך אחריך לדרתם" און געטייטשט אז הקב"ה האט צוגעהאלפן אברהם אבינו מקיים זיין מצות ברית מילה און מעשי הקב"ה איז א נצחי, במילא ווערט אראפגענומען נישט נאר די ערלת הבשר נאר אויך די ערלת הלב. און מסיים געווען מיט ברכות הקודש פארן בעל ברית די זיידעס און די גאנצע ציבור.

מיט יום ליבשה איז מכובד געווארן הרב ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א, מיט ברהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אב''ד לינסק שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

נאכן ברית האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען די משפחה פון הרה''ח ר' שמעון פריעדמאן ע"ה.

דערנאך איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך אינעם נייעם בנין בנין הישיבות פון די ישיבה קטנות במוסדותינו הק' וומסב''ג, ווי עס זענען סטאנציאנירט 4 סניפים פון די ישיבה קטנות סניף "נזר התורה - אהבת התורה - חכמת התורה - מבצר התורה. רבינו שליט''א איז אריין אין אלע ישיבות און זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגן קורת רוח אויף די לימודים און דערנאך ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מנהלים און פאר די הנהלת ממלכת התורה.

ארום 3:15 איז רבינו שליט''א געווען אויף א ביקור חולים ביי הגה''צ הישיש ר' משה גראס שליט''א אבדק''ק שארמאש בביתו אין וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בזכרונות מימי קדם, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען בהיכל כוללינו בוומסב"ג ווי דער רבי האט משמיע געווען דב''ק דרשת פתיחת הזמן פאר די הונדערטער לומדי הכולל, בדברי דרוש ופלפול פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה בפרט מען זאל דאווענען שבת און אינדערוואכן בבתי מדרשינו איבער די שטאט, און מסיים געווען בברכות קדשו און ארומגערעדט בשבח הכולל וואס איז פקיע שמי' און איז פון די שענסטע מקומות התורה אין שטאט.

נאך די דרשה ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די לומדי הכולל.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרבני הנגיד העסקן הדגול ר' הערשל זילבערשטיין הי''ו - ר' משה יודא בלייך הי''ו, באולם כתר ריזל.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון ארום 7:15 ביז ארום 12:30.

ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' משה הכהן גלאנצער הי''ו, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די ערשטע אות און געוואונטשן ברכות קדשו.

אזוי אויך איז געווען אן אסיפה מיט די הנהלה פון כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס און די חברי הנשיאות, ווי ס'זענען געווען אנוועזענד הגה"צ מטשאקעווע שליט"א, הגה"צ מדאמבראווע שליט"א, הרה"ג דומ"ץ גאלאנטע שליט"א, הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א און נאך, דער רבי האט אויסגעהערט א ערשטע האנטיגע באריכט פון די פולע צדקה וחסד אקטיוויטעטן פונעם כולל בארה"ק, און ס'האט זיך פארמירט אן אינטערעסאנטע שמועס בעניני צדקת רבי מאיר בעל הנס בימי קדם, דערנאך האט דער רבי געגעבן ברכת קדשו פאר אלע אנוועזענדע.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
פתיחת הזמן בהיכל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה אויפן נייעם צייטווייליגען בנין צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 100 תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
דברות קודש דרשת פתיחת הזמן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט מיטאג בהיכל כוללינו בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט פארמיטאג ביים סעודת הברית בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 9:30⬇ אראפנעמען 1.2 MB

דינסטאגו' מרחשון תשפ"ב10/12/2021

בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א איז מסדר קידושין ביי די חתונה פון הרבני הנגיד מוה"ר הערשל זילבערשטיין הי''ו אין די זאלן פון כתר ריזל אין וומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי הגה''צ ר' משה גראס שליט''א אבדק''ק שארמאש בביתו אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל משולם טעלער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ח' "ואני ברוב חסדך אבא ביתך" און ארויסגעברענגט א שבח והודאה פארן אייבערשטן אויף דעם אליין וואס מען קען גיין און קומען אין ביהמ''ד על כל פסיעה ופסיעה תהלל קה.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' חיים פעקעטע הי''ו - ר' משה בר''א סימאן הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' חיים דוד פריעד הי"ו - הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' יואל אלי' קארנבלי הי''ו - ר' הערש לייב לאנדא הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' מאיר יעקב לעבאוויטש הי"ו - ר' אברהם ישעי' שווארץ הי"ו.
ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו.

ארום 11:30 איז געווען אויף א לענגערע ביקור קודש ביי רבינו שליט''א הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א וועלכער איז נארוואס נתמנה געווארן אלס חבר הביד"צ העדה החרדית און איז געקומען מקבל זיין ברכות קדשו ודברי הדרכה לרגל די התמנות. רבינו שליט''א האט אים אויפגענומען בחיבה יתירה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע שמועס, רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן גאר ווארימע ברכות הקודש און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.

ארום 12:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג