בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגט' מרחשון תשפ"ב10/15/2021

באריכט
פרייטאג פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' לייב פעלבערבוים הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שמשם תצא תורה והוראה

"מבצר הכוללים בקרית יואל".
מודעה
מה מקוה מטהר

קומענדיגן מאנטאג וועט פארקומען די מעמד "יציקת הבורות" פארן נייעם מקוה בבית מדרשינו רב טוב בקרית יואל, - 'די פופצנטע מקוה בבתי מדרשינו אין קרית יואל' - די מעמד וועט פארקומען בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א און דערנאך וועט פארקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה יוסף פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה", נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י''ג. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען שלום נעמען.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' מאיר זיכערמאן הי''ו - ר' חנא ברש''א דים הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יקותיאל יושע בודק הי''ו - ר' יעקב יוסף גלויבער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:00. ביי די זמני כניסה האט רבינו שליט''א מיט א געוואלדיגער קורת רוח פארהערט הלכות שבת הבה''ח שמעון יודא ב''ר ברוך יצחק ווייס הי''ו, און הבה''ח מאיר זיידא ב''ר יואל דוד ווייס הי''ו, מתלמידי המתיבתא.

ארום 11:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א חבר הביד''צ העדה החרדית, בבית האכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי''ו בשכונת וואדבאר''י דזשאנקשא''ן בגלילות קר''י, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הערליכע תורה'דיגע שמועס און אינטערסאנטע הלכה'דיגע שאלות בהלכות סוכה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חבר הביד''צ שליט''א און פארן בעל אכסניא, דערנאך האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ווי ער וועט זיין אויף קומענדיגן שבת - ווי דער גרויסער גאסט וועט וויילען אין קרית יואל.

אויך האט זיך אנגעזעהן הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט''א רב השכונה, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון מרחיב זיין די שכונה, און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון 'מגנזי המלך' גליון ט"ז

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא בשבוע הבא:

הרה"ק המאור עינים זצוק"ל
הרה"ק רבי משה'לע משינאווא זצוק"ל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי המלך לך לך תשפ''ב227 KB
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת לך שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו


גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
שמחת נישואין בחודש מרחשון
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגח' מרחשון תשפ"ב10/14/2021

בילד
הגה''צ אבד"ק ור''מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א באזוכט ביי הגה''צ אבד"ק ור''מ קהלתינו וומסב''ג שליט''א לרגל די חתונה פון א אייניקל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעה
ברכת מז"ט פאר הגה''צ אבד"ק ור''מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א לרגל די חתונה פון א אייניקל היינט נאכט אין די זאלן פון כתר ריזל אין וומסב''ג.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעה
מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
מיטוואך פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יודא אשר ראטה הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל גליק הי"ו.
ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו.
ב"ר שלום הכהן ברעכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען שלום נעמען, נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יודא שלמה פריעדמאן הי''ו - ר' משה מאיר דוב גליק הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' וואלף רעטעק הי''ו - ר' חיים ב"ר קלמן ווייס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג