בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday13 Cheshvan 578210/19/2021

Video
דרשת פתיחת הזמן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
לכו בנים שמעו לי יראת ה' אלמדכם

היינט נאכמיטאג ארום 3:30 וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א משמיע זיין דברות קודש 'דרשת פתיחת הזמן' פאר תלמידיו הנאמנים, די אריבער 1200 תלמידי המתיבתא, דער מעמד פתיחת הזמן וועט פארקומען בהיכל הישיבה סניף ברך משה, מען וועט קענען מיטהאלטן דעם הוק-אפ אויף קול סאטמאר - בעקאפ נאמבער 339-207-8688.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד פאלקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל".

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ב.

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

ארום 1:00 איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה וואס ווערט געבויט בבית מדרשינו ''רב טוב'' - בנין קעפעטש אין שכונת קארלסבורג אין קרית יואל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט אויפן גיגאנטישער בנין, און געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה''ח ר' אביגדור ראזענבערג הי''ו פונעם מקוה / ביהמ''ד און פונעם בנין הישיבה וואס ווערט געבויט אינטערן ביהמ''ד.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין ביים שטח המקוה און זיך אומגעקוקט אויפן מקוה המהודרת.

נאכדעם איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן רב הביהמ''ד נכדו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א, און פאר חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, אזוי אויך פאר די נדבני ובוני המקוה און פאר די גאנצע ציבור.

עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג רב הביהמ''ד שליט''א. נאכדעם האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''יקח נא מעט מים ורחצו רגליכם והשענו תחת העץ'' ר'גליכם ו'השענו ת'חת ה'עץ איז ר''ת תורה, כדי צו קענען לערנען מיז דאס זיין תורה בטהרה. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח הביהמ''ד וואס איז א שיין ווינקל אין קרית יואל און ארויסגעברענגט קורת רוחו אז מען בויעט א מקוה מהודרת אין ביהמ''ד און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע נדבנים ובוני הביהמ''ד והמקוה און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט רבינו שליט''א פארטיילט שריים פאר די נדבני ובוני המקוה.

נאכדעם איז רבינו שליט''א אריבער צום מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די יסודות און אריינגעלייגט מטבעות, און דערביי מכבד געווען נכדו רב הביהמ''ד און הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א און די נדבנים צו גיסן די יסודות.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' נפתלי משה ווייס הי''ו הי"ו - ר' הערשל בראדער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מענדל מאיר גליק הי''ו - ר' אלעזר געשטעטנער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' הלל ליבערמאן הי"ו - ר' חיים משה לאנג הי"ו.
ר' יואל מענדלאוויטש הי"ו - ר' יונה האפמאן הי"ו.

ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' יעקב עפשטיין הי''ו על פטירת בנו ע''ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד פארקאש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
און די ברית לבן הנולד לר' ישראל דוד סעגעדין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
און די ברית לבן הנולד לר' יואל משולם זושא פריעד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הר''ר אברהם כהן שליט''א.
ב"ר שלמה אלי' ווייס הי"ו.
ב''ר איתמר טובי ווידער הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יקותיאל ישראל פריעד הי''ו - ר' שמואל עקשטיין הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' אהרן דוד רובינשטיין הי''ו - ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' דוד רובין הי"ו - ר' ברוך שווארץ הי"ו.

ביי די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א אב''ד קהלתינו הק' בלומינגראוו אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען צום שמחת החתונה קומענדיגע וואך.

ארום 12:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday12 Cheshvan 578210/18/2021

Photos · 2
נדבני ובוני המקוה ביים גיסן די יסודות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photo
הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א ובנו הרה''ג רב הביהמ''ד שליט''א ביים גיסן די יסודות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photo
רבינו שליט''א ביים גיסן די יסודות און אריינלייגן מטבעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photo
רבינו שליט''א ביים פארטיילן שריים פאר די נדבני ובוני המקוה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photo
רבינו שליט''א ביי די דברות קודש.
Photo
הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב הביהמ''ד ביים אויפטרעטן.
Photo
רבינו שליט''א ביים וואונטשן נכדו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב הביהמ''ד. און פאר אביו הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א - חדב''ן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photo
רבינו שליט''א באגריסט זיך מיט כ''ק אדמו''ר מדעעש אנטווערפן שליט''א.
Photo
מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד.
Photos · 4
רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די מקוה המהודרת.
Photos · 3
מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה בבית מדרשינו ''רב טוב'' בנין קעפעטש בקרית יואל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

דער רבי ביים הערן א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה''ח ר' אביגדור ראזענבערג הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Video
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה בבית מדרשינו ''רב טוב'' בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Notice
ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל

מעמד הנשגב 'ונרוממה'
דינער השנתי וסעודת הודאה
ד' וישב, כ''א כסלו הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Notice
מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה בבית מדרשינו רב טוב בקרית יואל היום בשעה 12:45 בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

Sunday11 Cheshvan 578210/17/2021

Report
המשך באריכט שב''ק פרשת לך בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

רעוא דרעווין


צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:45, מנחה: הרה"ח ר' ישראל שפיצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישעי' סנדר גליק הי"ו (מאנסי), כהן: הרה''ח ר' הירצקא קאהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי''ו, שלישי: הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א חבר הביד''צ העדה החרדית, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' חיים ווייס הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויאמר ה'אל אברם לך לך מארצך'' און געטייטשט בך חותמין דורך מידות החסד וועלן אידן זוכה זיין צו די גאולה ווייל אלע אנדערע מצוות לא ימלט אז ס'זאל זיך נישט אריינמישן עפעס א פגם במילא איז עס נישט פורחת לעילא, אבער מצוות צדקה ווערט נתקבל אפילו מען מיינט נישט לשמה קען יעדע איד זוכה זיין צו בויען די בית המקדש השלישי דורך צדקה און טוען חסד איינער מיטן צווייטן.

ידיד נפש: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, קל מסתתר: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו ויואל משה וומסב''ג. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פארן זמן האט רבינו שליט''א אנגעטוען די שטריימלעך פאר החתן שלום בן הר''ר נפתלי משה ווייס שליט''א, און פאר התחן יואל בן הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג.

מען האט געענדיגט ארום 8:25. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א ( מאנטשעסטער).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן פסוק ''ויאמר ה' אל אברם" דורך די זכות פון שירות ותשבחות ביי די סעודת ליל שב''ק וואס איז קעגן אברהם איז געשען די נס בימי אחשוורוש און די אידן האבן געקענט מקבל זיין די תורה, און מעורר געווען צו פירן די סעודת שבת ווי עס דארף צו זיין, בחורים דארפן זיך צוגעוואוינען אין די אינגע יארן צו פירן שיינע געהויבענע שבתים און נישט מיט שטותים והבלים, ויהיו לרצון אמרי פי און דעמאלטס איז דער שבת משפיע אלעס גוטס פאר די נשמה און פארן גוף.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר ישראל כהן הי''ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' אהרן פילאפף הי''ו ( ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''ויאמר ה'אל אברם לך לך מארצך" און געטייטשט בדרך דרוש אין די ענין צו ברכת המצוות איז א דאורייתא אדער א דרבנן.

קה אכסוף: הרה''ח ר' ישראל חיים העכט הי''ו ( ירושלים) ברכהמ"ז: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' משה'לע שינאווער זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י''ב חשון. קה רבון עלם: הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א ( מאנטשעסטער).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' דוד פארקאש הי''ו.

אז ביום השביעי: הרה''ח ר' שמעון ישראל כהנא הי''ו (מאנטריאל). מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30 און צוגעגאנגען צו ברכות. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' חיים פעקעטע הי''ו ( וומסב''ג), וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט''א אב''ד חומעלניק מאנסי, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א.

עליות. כהן: החתן ב''ר ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: החתן ב''ר הערש אלימלך ווערצבערגער הי''ו - באווארפן, שלישי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, רביעי: החתן בן הר''ר נפתלי משה ווייס הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן בן הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א,

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם חרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' שלמה ברא''י ווערצבערגער הי''ו.
ר' דוב בער פאלאטשעק הי''ו ( וומסב''ג).
ר' יואל ברי''ב פערל הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר חיים פעקעטע הי''ו, הוספות: החתן ב''ר חיים דוד פריעד הי''ו, החתן ב''ר יושע בודק הי''ו, החתן ב''ר וואלף רעטעק הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם לעבאוויטש הי"ו ( וומסב''ג).

מוסף: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מאניש ניינשטיין הי''ו ( וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד להר''ר אברהם יושע ב''ר שמואל יעקב טעלער הי''ו. מען האט געענדיגט 12:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days