נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משולם זושא גליק הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
אויך האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' יוסף ווייס הי''ו על פטירת אחיו ע''ה, ומשפחת המנוח ע''ה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' משה יצחק לאנדא הי''ו - ר' אברהם קרויס הי''ו, באולם קרן ויואל משה. הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א - הר''ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט''א, באולם כינור דוד.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' שלמה קליין הי"ו - ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו. ר' אלקנה מנחם פריעד הי"ו - ר' ישראל טובי ווייסמאן הי"ו.
ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday15 Cheshvan 578210/21/2021
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת וירא שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת חו"ל)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדו למז"ט בן הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ רב דבתי מדרשים ברך משה - ויואל משה שליט"א - חדב"ן.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'.
ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט מיט א קורת רוח ביי די שיעור פונעם ראש הישיבה הרה''ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד. דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה,די הנהלה, און די בחורים. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות פאר די בחורים.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
רבינו שליט''א האט טעלעפארניש מנחם אבל געווען הרה''ח ר' חיים אברהם שמאיע הי''ו (לאנדאן).
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל טעלער הי''ו - ר' דוד אהרן גאלדשטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל לאנדא הי"ו - ר' יודא לייב לאוב הי"ו.
ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער געקומען צום שמחת החתונה פון א אייניקל פון האדמורי''ם מדעעש קר''י און דעעש אנטווערפען שליט''א אין די זאלן פון כינור דוד. דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן ומחותנים און דערנאך געטאנצן מצוה טאנץ און מיטן חתן און די זיידעס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב''ר שמואל רובינפעלד הי"ו. ב''ר חיים שלמה קרויס הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 3:50 איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה, ווי דער רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידיו הנאמנים די אריבער 1200 תלמידי המתיבתא פון אלע 7 סניפים. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ואקחה פת לחם" און געטייטשט בדברי אגדה און דערנאך לענגערע דרוש ופולפל אויף די שיעורי הישיבה אין מס' בבא בתרא. דערנאך האט דער רבי שליט''א ארומגערעדט בדברי מוסר והחתחקות פאר די בחורים, איבער זיך צושטעלן און איינהאלטן די סדרי וזמני הישיבה, ווי אויך איבער מיטהאלטן די שיעורים און אויפשטיין באשמורת הבוקר. דער רבי שליט''א האט שטארק מעורר געווען איבער זיך קובע זיין בקביעות צו לערנען ספרי מוסר, און גיין אין מקוה יעדן טאג, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה און די געהויבענקייט פון סעודת רעווא דרעווין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, גיין נאך געלט, זיין אפגעהיטן פון די כלים הטמאים, און מחזק געווען די תקנת הישיבה וואס איז געמאכט געווארן דורך רביה"ק זי"ע נישט צו גיין צו קיין חתונות,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח הישיבה און ארויסגעברענגט אז יעדע בחור וואס לערנט אין ישיבה דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת אז ער האט זוכה געווען אנצוקומען אין די ישיבה וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק זי"ע און חותמו ניכר עד היום הזה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דרשה ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באטייליגט ביי די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' משה יוסף מיטעלמאן הי"ו. רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געוואונטשן ברכות קדשו.
נאכדעם האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה''ח ר' הערשל שפיטצער ע"ה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה בביתו נאוה קודש בוומסב"ג פון 8:15 ביז 11:45.
ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday14 Cheshvan 578210/20/2021
PhotoNotice
מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט בעיר האבות סיגוט יצ"ו.