בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday26 Cheshvan 578211/1/2021

Photos · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א און הגה''צ דומ''ץ קר''י שליט''א ביי די וועכנטליכע באזוכן אינעם בית האופה המהודרת דקהלתינו הק' בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Video
הכנות אינעם עיר האבות סיגוט צום מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומענדיגן שב''ק תולדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Video
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה''צ אב''ד קהלתינו בלומינגראוו שליט''א בבית מדרשינו בבלומינגראוו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photo
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה''צ אב''ד קהלתינו בלומינגראוו שליט''א בבית מדרשינו בבלומינגראוו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Report
זונטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל".

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ב'.

דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אין בית השחיטה, און נאכדעם געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' יואל בר''ה בראך הי"ו.
הר''ר אלעזר מענדל פילאפף שליט''א - הר''ר דוד גרינפעלד שליט''א.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריבער געקומען בבית מדרשינו בבלומינגראוו ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פונעם שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בבלומינגראוו, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט''א.

עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' יואל שליט''א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק לכבוד השמחה ודברי הדרכה פאר אנ''ש תושבי בלומינגראוו, און מעורר געווען אין די ענינים פון תורה תפילה און צניעות, מען זאל ממשיך זיין די קדושה פון שטאט קרית יואל אין די געגענטער ארום, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשובע רב וואס איז משפיע אויף די גאנצע געגענט, און ארויסגעברענגט די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון בית מדרשינו און ארויסגעברענגט אז אנ''ש זאלן קומען דאווענען בבית מדרשינו אפילו אויב מען וואוינט ווייט און זיך האלטן צוזאמען אויפן ריכטיגן דרך המסורה, דערנאך האט דער רבי דערמאנט די הרחבת גבולי הקדושה ווי מען פארברייטערט די ביהמ''ד וואס איז שוין צר מהכיל, און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט מען געבענטשט און רבינו שליט''א האט געזאגט די שבע ברכות.

נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן מחותנים און זיידעס.

ארום 12:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ''ד.

נאך מעריב האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט ביי די עסקני קהלתינו הק' בבלומינגראוו איבער די בלי און וואוקס פונעם געגענט, און געהערט א באריכט פון די גבאי קביעות עתים איבער די שיעורים אינעם ביהמ''ד און אנגעוואונטשען ברכות לרוב, צווישן אנדערע האט רבינו שליט''א אויך אנגעוואונטשען פארן קאנדידאט וואס לויפט צו קענען אריינגיין אינעם טאון אין בלומינגראוו צו קענען אויפטוען למען הכלל והפרט.

בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט''א הרה''צ ר' יצחק טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען צום שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
המשך באריכט שב''ק פרשת חיי שרה בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

רעוא דרעווין


צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:30. מנחה: הר''ר בעריש גפן שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בער פרענקל הי"ו, כהן: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א, לוי: הרה''ח ר' יואל ב''ר מענדל לעווי הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ג ר' יעקב כוואן שליט''א (ארגענטינע).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ואברהם זקן בא בימים'' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען פירט זיך מיט חסד נאך פאר מען בעט איז מען זוכה צו מחילות עוונות הנגלות והנסתרות דאס איז בכוחו ובזכותו פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידות החסד בעולם אבער ערשט דארפן מען תשובה טוהן אויף וואס מען געדענקט יא.

ידיד נפש: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ, קל מסתתר: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:55.

מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיט די ניגון כי מלאכיו און קה זכות אבות לכבוד די מסע קודש דעי וואך צום עיר האבות סיגוט.

במוצאי יום גילה

מוצש''ק איז אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א הרה''ג ר' אברהם שרייבער שליט''א דומ''ץ באיאן בארא פארק, ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רבין זיין נייע ספר. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך האט רבינו שליט''א פארהערט תלמידי יוצאי ישיבת היכל התורה ממוסדותינו הק' וומסב''ג אויף עטליכע מסכתות און דערנאך פארטיילט א מתנה פאר די בחורים און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת חיי שרה מברכים חודש כסלו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסד נפש החיים, ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט''א.

נאכדעם איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו (מנהל מוסדותינו - בית שמש).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מדייני קהלתינו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''ויקראו לרבקה ויאמרו אליה התלכי עם האיש הזה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם שרייבער שליט''א דומ''ץ באיאן בארא פארק, ברכהמ"ז: נכדו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר''ר הערש מרימנוב זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון. קה רבון עלם: הרה''ג ר' עזרא דוד כאירה שליט''א, דומ''ץ דקהל יראים ארגענטינע.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יחזקאל לאנדא שליט''א (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 11:40

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

פארן ליינען איז דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו און באגלייטונג פון די ראשי והנהלת הקריה ארויף אויפן ארון קודש און דערמאנט די נחיצות פון ארויסגיין שטימען ביי די וואלן וואס קומען פאר דעם דינסטאג.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' אברהם שרייבער שליט''א.

עליות. כהן: החתן בן הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א, לוי: בעל שמחה ר' זיידא משה אליעזר גרובער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א. רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט ויקרא שמה בישראל ברכה סימא נאך די באבע די רעביצין פונעם עצי חיים זי''ע, חמישי: החתן בן הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו - משב''ק, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' משה אהרן בר''י פילאפף הי''ו.
ר' יואל זאב שעהר הי''ו.
ר' אייזיק כהן הי''ו.

שביע: החתן בן הר''ר יואל סימאן שליט''א, אחרון: החתן ב''ר יצחק בער פרענקל הי''ו, מפטיר: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל סאנדל הי"ו, גלילה: הר''ר הערשל קאהן שליט''א.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה אלי' ווייס הי''ו.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא פון נכדת כ''ק מרן רבינו שליט''א בת הנולד להרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.

מען האט געזונגען ניגוני שמחה און דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען. דער בעל שמחה הרב משה מייזליש שליט''א האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה,

רבינו שליט''א האט געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור און דערנאך משמיע געווען דב''ק. דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויהיו חיי שרה און געטייטשט אז דורך לימוד התורה איז טוב לו שנברא און די נשים דורך דעם וואס זיי העלפן צו לערנען און זענען מגדל די קינדער לתורה זענען זיי אויך טוב שנברא.

מען האט געענדיגט 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday25 Cheshvan 578210/31/2021

News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בבלומינגראוו, בבית מדרשינו בבלומינגראוו. דער שבע ברכות ווערט צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט"א. דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און משמיע זיין דברות קודש.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
בקרב קהלתינו הק' מאנטשעסטער איז היינט אויפדערנאכט פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון החתן נכד הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו לאנדאן שליט"א, אינאיינעם מיט א כינוס אנ"ש און מעמד חלקינו בתורתך לחיזוק ועידוד שיעורי תורה בביהמ"ד, פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
גרויסארטיגע הכנות אינעם עיר האבות סיגוט צום מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומענדיגן שב''ק תולדות. צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזיגן טענט צו אקאמאדירן דעם ציבור פון אנשי שלומינו נגידים ונדבני הבנין משתתפי הנסיעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Show earlier days