בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh9 Kislev 578211/13/2021

Photos · 2
מוצש''ק ויצא אין די לעצטערע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק צום יערליכן דינער לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק מיט אירע אריבער 5000 קינדער בליעה''ר, ווי רבינו שליט''א וועט משמיע זיין דברות קודש ודברי הדרכה פאר אלפי אנ''ש.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר 339-207-8688.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Friday8 Kislev 578211/12/2021

Notice
דינער השנתי הרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, קומענדיגן מוצש''ק וישלח הבעל''ט אינעם בית רחל אודיטאריום.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים היינט נאך שחרית.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
פרייטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליקים יודא קרויס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. און די ברית לבן הנולד להרה''ג ר' יואל ברי''ח גרינפעלד שליט''א, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר פישל סופר הי"ו.
ב"ר יואל וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי - מתלמידי הישיבה בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א - חדב''ן.

מען האט געזונגען עטליכע נגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א און הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
דעם מוצש''ק ויצא קומט פאר די יערליכע דינער עוללינו לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק מיט אירע אריבער 5000 תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, אין די זאלן פון עטרת חי' אין שטאט בהשתתפות פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וועלכע וועט משמיע זיין דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ''ש.

צאו בהמוניכם למען עוללינו וטפינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Notice
כולל תורה ויראה דקהלתינו הק' וומסב''ג.
Photos · 4
שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א נעכטן אין די זאלן פון כתר צבי אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Audio
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן ביים שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
🎵 Audio · 8:33⬇ Download 1.1 MB
Report
דאנערשטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א ( מאנסי).

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די תקנה פונעם מייסד הישיבה רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע אז בחורים זאלן זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונות פון די חברים און מעורר געווען זיך האלטן שטארק און איינהאלטן די תקנה.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
הרה''ג ר' דניאל דוד שטיינבערג שליט''א - ר' מאיר וועזעל הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף מענדל פרידריך הי''ו - ר' אברהם מאיר מיללער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג מפאר זיין די שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו החדש והמפואר "בנין בראך" ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם היכל הביהמ''ד הגדול והמפואר, און דערנאך געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל אינעם ביהמ''ד.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו המפואר "בית מנחם צבי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם ריזן היכל הביהמ''ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שמחת התנאים פון הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין די זאלן פון כתר צבי.

צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען ביים שמחה די פעטער'ס כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א, כ''ק אדמו''ר מקיוויאשד שליט''א, כ''ק גאב''ד ציעשנוב שליט''א, הגה''צ אב''ד נעפלעמיץ שליט''א, און נאך.

במשך די שמחה האבן אויפגעטרעטן דער זיידע פונעם חתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א ראה''כ אברכים, און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך מכבד דעם זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א צו ליינען די תנאים.

דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג.

ביים ענדיגן איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב, מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון 'מגנזי המלך' גליון כ'

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא בשבוע הבא:

הגה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זצוק"ל
הגה"ק רבי דוב בער מלובאוויטש זצוק"ל
הגה"ק בעל שבט סופר זצוק"ל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי המלך ויצא תשפ''ב1.3 MB
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויצא שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
האם מותר לשנות ולשקר בשידוכין
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 ויצא חו''ל6.0 MB
Notice
סעודת הודאה כ''א כסלו "ונרוממה" ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע אכט טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Thursday7 Kislev 578211/11/2021

Notice
מרכז גדול ומפואר בעיר אוהעל סמוך צום ציון הק' פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת התנאים פון הכלה נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בת הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, מיט החתן בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב חתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.

די שמחת התנאים קומט פאר אין די זאלן פון כתר צבי אין וומסב''ג בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

מארגן פרייטאג קומט פאר די מסיבת לחיים לרגל די קישור החיתון פון נכד מרן רבינו שליט"א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי ממציוני תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער.

די מסיבת לחיים קומט פאר נאך שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photo
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מנחם אבל זיין בני הגה''צ ר' משה גראס זצ''ל אבדק''ק שארמאש דעם דינסטאג אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה "שיעור ד'". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אשר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
ב"ר ברוך שווארץ הי"ו.
ב"ר חיים יוסף שמשון שמאיע הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס ווי רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פונעם מסע קודש ושבתי לעיר האבות סיגוט און ארומגערעדט פון די נסיעה און פון די נסיעות און די פארגאנגענע יארן אזוי אויך פון די נסיעות דורך אביו רביה''ק בעל ברך משה זי''ע.

ביים ארויסגיין האט דער ראש ישיבה הרה''ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א איבערגעגעבן א גריס פארן רבין פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד ווי ער האט געוויילט פארגאנגענעם שב''ק ובפרט פון בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו - ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו - ר' יואל הערש הערשקאוויטש הי"ו.
הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט''א - ר' יואל בהגרא''ד קארנבלי הי"ו.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday6 Kislev 578211/10/2021

Photos · 2
תלמידי ישיבה גדולה ביים אריבער גיין שלום נעמען פונעם ראש ישיבה כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א נאך שחרית בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם שמעון אפענהיים הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר מיכל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ט'.

דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג, און דער רבי איז אריבער מנחם אבל זיין בני הגה''צ ר' משה גראס זצ''ל אבדק''ק שארמאש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:15.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרב יעקב מייער הי''ו מתעסקים ווי רבינו שליט''א האט געבענטשט מטבעות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די יתומים.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' ישראל בר"ב גאלדבערגער הי''ו פון בארא פארק, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן דעם ערשטן אות און געוואונטשן ברכות קדשו.

ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאכן זמן כניסה איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הנגיד ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו מגדולי נדבני בנין החדש לבית חינוך לבנות 'בנות ארץ ישראל בית פיגא', במוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, לרגל נישואי בנו החתן ני"ו, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימות שטרות אויף א זכות אדיר וואס ר' חיים יודא האט אפגעקויפט אינעם פראכטפולן בנין החדש, רבינו שליט''א האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביקור בבית
הנגיד ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו
מגדולי נדבני בנין החדש לבית חינוך לבנות
בנות ארץ ישראל בית פיגא, בבני ברק יצ"ו
לרגל נישואי בנו החתן ני"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Show earlier days