נעכטן מוצש''ק נאכן דינער לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם אפיס פון האברך היקר עסקן נמרץ ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו וואס האט אפגעקויפט א כתה אין איינע פון די בניני המוסדות, דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען און דערנאך געטרינקן לחיים און אינטערגעשריבן די שטרות, און ווארים אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און נאך די דברי תורה ארומגערעדט איבער דעם קשר אמיץ פון רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי''ע צו די מוסדות הק' אין קר''י, און די חשיבות פון החזקת המוסדות הקדושים.
דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט בשבח המלמדים און געפאדערט פון די עלטערן ארויס צו ווייזן הכרת הטוב פאר די מלמדים און כלי קודש. און דערביי מחזק געווען אלע איינגעשטעלטע אינעם מוסד.
אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חשיבות פון קויפן א חדר אין די בניני המוסדות 'א שבת דירה' ליום שכלו שבת, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז אין אלע בנינים האדירים וואס מען בויעט אין קר''י סיי פאר חינוך הבנים און סיי פאר חינוך הבנות האבן די נדיבי בעם אויסגעקויפט 'אלע חדרים' און עס איז דערווייל נישטא צו קויפן נאך חדרים און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די בנינים אדירים וואס מען גייט בויען פאר די מוסדות, וועט מען קענען קויפן נאך חדרים. און דערנאך געבעטן אלע וואס האבן געקויפט א חדר וואס דאס איז זיין שטוב, 'זיך אונטערנעמען אויסצוהאלטן די הוצאות פונעם חדר וואס זיי האבן מנדב געווען פונקט ווי מען האלט אויס אן אייגענעם הויז', און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט רבינו שליט''א ברייט ארומגערעדט איבער דעם שווערן מצב פון דירות אין קרית יואל ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א צייטווייליגע זאך און גייט זיך טוישן, וויבאלד מען האפט בקרוב צו באנייען הונדערטער דירות אין שכונת ויואל משה, און שפעטער אין שכונת ברך משה און שכונת דברי יואל, ווי עס וועט זיין בעז"ה ביז צוויי יאר א סך הכל פון אזויפיל ווי צוויי טויזענט דירות, און אויסגערופן די "הכרזת קודש" פאר אלע תושבי קר''י אז קיינער זאל נישט קויפן יעצט נאר אויסווארטן מיט סבלנות אז דער יעצטיגער מאנגל פון דירות זאל אריבערגיין אין מ'זאל נישט בידים העלפן ארויפשרויפן די פרייזן.
דערנאך האט דער רבי פארעענדיגט זיינע דברות קודש מיט ווארימע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור. און דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פאר די נדבני והנהלת המוסדות, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
וירבו ויעצמו במאוד מאוד - והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב
מוצש''ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע יערליכער דינער הרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום בהשתתפות פון אלפי אנ''ש תושבי קרית יואל אין שפיץ פון רבני ודייני העיר ובראשם דער מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות הקדושים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען די בארימטע 'לב' קאר און באגלייטונג פונעם בעל מנגן ר' בנציון וועבערמאן הי''ו.
אנהייב מעמד האט אויפגעטרעטן דער געטרייער אדמיניסטראטאר הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, דערנאך איז פארגעקומען א גאר רייכע 'הלך ונסוע' פאנעל איבער די טראנספארטאציע פון די מוסדות צווישן הרה''ח ר' יואל פאלאטשעק הי''ו און הר''ר משה ארי' גוטמאן שליט''א אנגעפירט דורכן פמ''מ מו''ה ר' יצחק שלמה דרעזנער הי''ו.
ארום 10:40 איז כ''ק מרן רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד, ביים אנקומען האט מען געטאנצן פאר עטליכע מינוט חסדי ה' לכבוד דעם יום הצלה פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע קומענדיגן כ''א כסלו.
דערנאך האט דער יו''ר המעמד נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א ממשיך געווען מיטן מעמד. דאן האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א לענגערן רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון די מוסדות הק', און ארויסגעברענגט אז די מוסדות הק' האט אנגעהויבן דעם יאר מיט אזויפיל ווי 11 טויזענט קינדער בליעה''ר און אז מען גייט שוין כמעט אריין אינעם 12 טויזענט כן ירבו, און מיט אזויפיל ווי 1,100 איינגעשטעלטע.
דערנאך האט ר' מאיר ארומגערעדט איבער די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות הק', און געמאלדן אז אינעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט וועט מען בעז''ה מחנך זיין דעם בנין האדיר והמפואר ''בנין קליין'' פאר די תלמוד תורה, און דערנאך פראקלאמירט אז הרה''ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פון די בנין ישיבה קטנה החדש אויף קארלסבורג, וואס מען וועט שוין בעז''ה מחנך זיין דעם קומענדיגן זמן הקיץ הבעל''ט.
און דערנאך געמאלדן אז אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אהנצוהייבן צו בויען נאך א בנין האדיר פאר די בית רחל שע"י מוסדותינו הק'. וואס וועט באשטיין אויף אזויפיל ווי הונדערט טויזענט סקווער פיס נאכצוקומען די בליה און וואוקס פון די טויזענטער תלמידים ותלמידות כן ירבו. דער בנין וועט זיך געפינען הארט נעבן די 'בית רחל קאמפלעקס' מיט אירע אלע בנינים, און אזוי אויך וועט דער גיגאנטישער בנין ערהאלטן נאך א פראכטפולע חתונה זאל לטובת אלפי תושבי העיר.
און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די צענדליגער נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, צווישן זיי הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו וואס האט אפגעקויפט א זכות שער אין בנין בית רחל בנין לאה אסתר פאר 125,000 דאללאר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו בשם הנהלת המוסדות בקר''י מיט ווארימע ווערטער לכבוד דעם דינער השנתי מוצש''ק לטובת המוסדות הק'.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מקומארנא י"ם שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''וישלח יעקב מלאכים לפניו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יואל בר''ב בערגער שליט''א, ברכהמ"ז: הרה''צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד הגדול ממעזריטש זי"ע, וואס די יארצייט וועט געפאלן דינסטאג י''ט כסלו. קה רבון עלם: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א חתן האדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן חסדי ה' און ניגוני הודאה לכבוד דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע כ''א כסלו דעם דאנארשטאג. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אשר פארקאש הי''ו ( מאנסי), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו ( מאנטריאל).
עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק יעקב כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' מענדל קלאגסברוין הי''ו ( וומסב''ג), שלישי: הרה''ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו (וומסב''ג), רביעי: החתן ב''ר מאיר זאב שטערן הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר שמואל דוד גאנדל הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: החתן ב''ר משה אלי' פריעד הי''ו, אחרון: בעל שמחה ר' אברהם חיים טעלער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' מאיר זאב שטערן הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יקותיאל יוסף ניימאן הי''ו.
מוסף: הרה''ג ר' מאיר שמחה ביק שליט''א (בארא פארק), פתיחה לאנעים זמירות: הרב בעריש גראס שליט''א (מאנטריאל), מען האט געענדיגט 12:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05, מנחה: הרה''ג ר' שלום שמעי מיטטעלמאן שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל זאלדאן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' משה גלאנצער הי''ו, לוי: הר''ר יעקב יחזקי' היימליך שליט''א (מאנטריאל), שלישי: הרה''ח ר' אברהם יושע ווייס הי''ו ( וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' ישראל יעקב ווייס הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויחן את פני העיר'' און געטייטשט אז יעקב אבינו אויפן וועג פאר ער איז אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל האט ער מתקן געווען מקוואות מען זאל קענען תשובה טוען, ווייל דורך דעם ווערט מען כקטן שנולד און מען זאגט נישט נראה ונדחה אינה חוזר ונראה, און נאר אזוי קען מען אריינקומען בפלטרין של מלך, און אוודאי נישט אזוי ווי הײנט איז געווארן אז מען פארט כסדר קיין ארץ ישראל און אן יראת שמים.
ידיד נפש: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל), קל מסתתר: הרה''ח ר' יודא משה געלב הי''ו (מאנטריאל). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הבכור הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א בבית מדרשינו ברך משה בקר''י.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
א רייכע באנקעט איז פארגעקומען נעכטן מוצש''ק אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי''ו לטובת די בארימטער מפעל ''שמעו דבר ה'' להפצת לימוד ספר הק' ויואל משה, בראשות הגה''צ דומ''ץ קרית יואל שליט''א וועלכע איז עומד בראש פונעם מפעל און איז צוגאסט אין די יעצטיגע טעג אין לאנדאן, אלס נואם הכבוד צו די סעודת הודאה ביום ההצלה כ''א כסלו.
דער מעמד איז פארגעקומען בהשתתפות פון נגידי אנ''ש תושבי לאנדאן אין שפיץ פון רבנים חשובים צווישן זיי הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, וועלכע האבן אויך אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
די גיגאנטישער ריזן שאטער אויפגעשטעלט צום מעמד המרומ"ם סעודת הודאה כ''א כסלו "ונרוממה" ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג, ביום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע במעמד רבבות אלפי ישראל
ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יתפאר שמך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
NoticeNews
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט נאכמיטאג קומט פאר די שמחת פדיון הבן בבית כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הבכור הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ רב דבתי מדרשים ברך משה - ויואל משה שליט"א - חדב"ן.
די סעודת פדיון הבן קומט פאר בשעה 3:30 בבית מדרשינו ברך משה בקר''י.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
סעודת הודאה ומלוה מלכה לכבוד יום הצלה כ''א כסלו בהיכל בית מדרשינו החדש בלעיקוואד, בראשות הגה''צ אבד''ק ור''מ קהלתינו בוומסב''ג שליט''א, רבני ודייני קהלתינו לעיקוואד שליט"א, ובהשתתפות כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א והגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה דלעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים גרויסארטיגע דינער השנתי הרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו.
אלפי תושבי קר''י פילען איבער דעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די דברות קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
גרויסארטיגע דינער השנתי הרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער 11 טויזענט קינדער בליעה''ר, אינעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום במעמד אלפי תושבי קר''י אין שפיץ פונעם מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות הקדושים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh16 Kislev 578211/20/2021
Report
ובניהם הרבי''ת ככוכבי השמים
יעצט ביים גרויסארטיגן דינער והרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט קינדער בליעה"ר האט דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו געמאלדן די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה אז אין די נאנטע וואכן וועט זיך אנהייבן די בוי ארבייט אויפצובויען א פרישן גיגאנטישער בנין הבית רחל וואס וועט באשטיין אויף אזויפיל ווי הונדערט טויזענט סקווער פיס נאכצוקומען די בלי און וואוקס פון די טויזענטער תלמידים ותלמידות כן ירבו
סעודות הודאה כ''א כסלו בקרב קהלתינו הק' בלעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
שבת התאחדות בקרב קהלתינו הק' מאנסי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
גיגאנטישער "בית רחל אודיטאריום" פולקאם גרייט צום מעמיד האדיר הרבית לטובת די גרעסטע מוסדות התורה איבער דער וועלט מוסדות קרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו.
אויף די ווענט ארום דעם זאל איז הערליך באצירט געווארן פון די 16 פרעכטיגע בנינים האדירים ומפוארים פון די מוסדות הקדושים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
דעם מוצש''ק קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער והרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער 11 טויזענט קינדער בליעה''ר כן ירבו, אין די גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וועלכע וועט משמיע זיין דברות קודש ומשא המעמד.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יואל בר''א ווייס הי"ו. ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די וועכנטליכע שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' שמואל דוד גאנדל הי"ו - ר' ישכר בעריש גראס הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יצחק מאיר בערגער הי''ו - ר' אברהם מאנדל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.