כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברות קודש והדרכת השנה ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די בעקאפ נאמבערס 339-207-8688 727-731-5985
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ווידיאונייעס
בך בטחו אבותינו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט אין די יעצטיגע מינוטען אן צום מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די בעקאפ נאמבערס 339-207-8688 727-731-5985
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, וכינוס תלמידי וחסידי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בני ברק יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל צום סעודת הודאה און מעמד הנשגב ונרוממ"ה, אינעם גיגאנטישער שאטער אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ערשטע בילדער פון מעמד כ"א כסלו בקרב קהילתינו הק' אין בני ברק - תלמידי וחסידי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ונרוממ"ה שמו יחדיו!
בילדמודעה
היום שמחתינו! במקהלות רבבות אנשי שלומינו לרגל יום ההצלה כ"א כסלו הבעל"ט.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה "עסק התורה" - סניף מאנסי. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר אברהם בר''ב פאלאטשעק הי"ו. ב"ר יואל ברמ''י גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דברי חיזוק פאר די בחורים אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין אינטערען ביהמ''ד ווי עס ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי אלע פיר שטאקן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי די מקוה וואס ווערט געבויט פארן ביהמ''ד.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה אין וומסב"ג פון 8:30 ביז 1:00.
צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט''א מחשובי ראשי הישיבות והמשפיעים בארה''ק, וועלכע וועט אויפטרעטן ביים צענטראלן סעודת הודאה כ''א כסלו. עס האט זיך פארצויגן א שיינע תורה'דיגע שמועס אזוי אויך איבערן מצב הישיבות בארה''ק.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה''ג ר' ליפא ט"ב שליט''א אב"ד סאסוב ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און הרה''ג ר' יואל מנחם אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה''צ אבד''ק אלעסק שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון זייערע קינדער למז''ט, וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג זאת חנוכה הבעל"ט.
ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר צבי שטיינבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר מאיר זאב שטערן שליט''א - ר' יצחק יעקב כ''ץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה היימליך הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: בן הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ. בן הר"ר יואל סימאן שליט"א. ב"ר דוב יחזקאל משולם טעלער הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:00 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער עניני כשרות און שחיטה, רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.
נאכמיטאג ארום 3:45 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען בבית מדרשינו ברך משה בקר"י מפאר צו זיין בראש שמחת פדיון הבן פון נכדו בן הנולד להרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
אלס כהן הפודה האט געדינט כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א. נאכן פדיון האט דער רבי טועם געווען מזונות, פיש און קוגל, און עס האט אויפגעטרעטן בדברי תורה דער אבי הבן הרב יושע מרדכי אלעזר שליט"א, דערנאך האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יוסף ישעי' לאווין הי"ו - ר' נטע קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יצחק אייזיק גאלדשטיין הי"ו - ר' יחזקאל שרגא שטיינמעץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו -ר' יואל בר"י שטיינמעץ הי"ו. ר' יואל בר"א שווארץ הי"ו - ר' בערל גאלד הי"ו.
ארום 11:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.