בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךכ"ז כסלו תשפ"ב12/1/2021

מודעה
זמני הדלקת הנרות וסידורו של שבת קודש
שבת חנוכה, ר"ח טבת
בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סעודת הודאה כ''א כסלו בקרב קהלתינו הק' בבית שמש יצ"ו
נואם הכבוד הגאון רבי שלמה זלמן שטערנבוך שליט"א האט פארגעליינט א מכתב עוז פון זיין גרויסן פאטער פוסק הדור כ''ק ראב''ד עיה"ק ירושלים שליט''א ספעציעל צום געהויבענעם מעמד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כינוס התחזקות ע"י חבורת ליל שישי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
הנירות הללו קודש הם

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בהדלקת נר חנוכה היינט ליל ג' בבית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש אצל כינוס התחזקות שע"י 'חבורת ליל שישי' בקרית יואל יצ"ו, ליל ג' דחנוכה בבנין מבצר הכוללים בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 7:05⬇ אראפנעמען 6.5 MB
אוידיאו
דברות קודש בפלפול ואגדה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ליל ג' דחנוכה, בביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו, תוכו רצוף דברי התעוררות בזהירות קניית מזוזות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 45:54⬇ אראפנעמען 42.0 MB
באריכט
ליל ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור אברהם יצחק שווארץ בן הרה''ג ר' נתן דוב שליט''א געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביהמ''ד הגדול אין קר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות. דערנאך האט דער רבי געזאגט די מזמורים כנהוג און מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, און דאן האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בדרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז דער דריטע נאכט איז משפיע מידת חנון, מתנות חינם אפילו אויב מען איז נישט ראוי, און ארומגערעדט אז די נר חנוכה בימין ווייזט אויף די אמונה וואס אידישע קינדער האבן מיט מסירות נפש אפילו אין שווערע זמנים, און די מזוזה בשמאל ווייזט אויף די השגחה וואס דער אייבערשטער האט אויף די אידישע קינדער וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטן.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער מצוות מזוזה, צום ערשט איבער די חשיבות המצוה וסגולותיה, און געזאגט אז אין דעם ווינטער וועלן בעז"ה פארטיג ווערן אזויפיל ווי 500 דירות וואס דאס וועט געברויכן אזויפיל ווי ארום 5000 מזוזות, במילא וועט מעגליך זיין א מאנגל אין מזוזות, וועלן די סוחרים אימפארטירן פון ארץ ישראל מכל הבא לידם, דער רבי האט דערמאנט די אסיפה בשנת תשכ''א דורך רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע איבער די פסולע תפילין ומזוזות וואס ווערן פארקויפט און אויסגעשריגן מנהמות לבו הטהור מורי ורבותי מען פארקויפט היינט צו טאג פסולע תפילין און פסולע מזוזות און מעורר געווען די אלע אידן וואס קויפן א דירה זאלן זעהן צו פארשאפן א כשרע מזוזה געקויפט פון א סופר וואס ער האט דאס געשריבן. והחכם עיניו בראשו זיך שוין פארזארגן מיט מזוזות און נישט ווארטן אויף דעמאלטס ווען ס'וועט נישט זיין, און געזאגט ''כמיז זאגן די סוחרים האבן נישט קיין נאמנות חוץ אויב עס איז דא א געוואלדיגער השגחה, ס'איז א ווייטאג אבער מען מוז עס זאגן, כ'זעה דער פעטער ז''ל האט עס געזאגט און עס איז גולטיג היינט פונקט ווי כשעתו.

דערנאך האט דער רבי געבעטן די סופרים און געזאגט ''קרית יואל איז א עיר מלאה חכמים וסופרים'' אז מען זאל זעהן שוין יעצט צו שרייבן מזוזות, און מסיים געווען בברכות קדשו עס זאל זיין א שפע פון דירות און עס זאל זיין מזוזות.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע כינוס התחזקות דורך חבורת ליל ששי, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און הרה''ג ר' הערשל קאהן שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער.

דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש זיך מחזק זיין מקיים זיין די מצוות ה' בשמחה ובתלהבות אש, און ארומגערעדט בשבח החבורת ליל ששי און געזאגט אז דאס איז א שטיין אינעם קרוין פון קרית יואל און מען דארף מרבה זיין נאך אזעלכע חבורות וואס דאס איז געווען דער דרך הבעל שם הק' און מסיים געווען בברכות קדשו.

מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פר' מקץ ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה ישראל גאטליעב הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יקותיאל מאלח הי"ו.
ב''ר אהרן גאלדשטיין הי''ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזונגען ניגונים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ו כסלו תשפ"ב11/30/2021

אוידיאו
סוף חלק דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ליל ג' דחנוכה בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו.
ווי רבינו שליט''א האט ארומגערעדט אז דעם ווינטער וועט אי"ה פארענדיגט ווערן 500 דירות אין קרית יואל, וואס דאס וועט געברויכן טויזענטער מזוזות, און רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט נישט צו קויפן פון די סוחרים וואס ברענגען דאס פון ארץ ישראל.


גאנצע און קלארע דב''ק וועט שפעטער נאכפאלגן אי"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 9:01⬇ אראפנעמען 1.2 MB
מודעה
כינוס התחזקות ע"י חבורת ליל שישי בקרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ביים לחיים וניגוני שמחה נאך די דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבינו שליט"א ביי די דברות קודש בפלפול ואגדה, נאכן צינדן די נרות חנוכה, בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
הנירות הללו קודש הם

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי הדלקת נר חנוכה נעכטן ליל ב' בבית מדרשינו הגדול בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש בפלפול ואגדה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ליל ב' דחנוכה, בביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 44:50⬇ אראפנעמען 41.1 MB
באריכט
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור וואלף ב''ר בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז די צווייטע ליכט איז משפיע רחמים, און ארומגערעדט איבער גיין נאך געלט בימי חנוכה פארציילענדיג דערביי א סיפור פון זקינו הגה''ק בעל ייטב לב זי''ע און מסיים געווען בברכות קדשו אז עס זאל נשפע ווערן גרויס רחמים פאר אידישע קינדער.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' מקץ א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בכור סרוגא הי"ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ה כסלו תשפ"ב11/29/2021

אוידיאו
דברות קודש דברי דרוש פלפול ואגדה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ליל א' דחנוכה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 37:49⬇ אראפנעמען 34.6 MB
באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דער ערשטער טאג חנוכה איז משפיע פרנסה, פארציילענדיג דערביי א סיפור פון זקינו הגה''ק בעל ייטב לב זי''ע און מסיים געווען בברכות קדשו אז עס זאל נשפע ווערן פרנסה בשפע רב.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג מקץ ערב חנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה שמואל הירש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. און די ברית לבן הנולד לר' יואל הערש הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל אשר זאבעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.


נעכטן מוצש''ק נאך הבדלה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א, ווי הרבני הנגיד ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות הקדושים בקר''י האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה אינטערן ביהמ''ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס, פארן פאנטאסטישע סומע פון איבער א מיליאן דאלאר.

רבינו שליט''א האט אונטערגעשריבן די שטרות מיטן חשובע נדבן און געוואונטשן ברכות קדשו פארן נדבן ובני משפחתו און פאר די הנהלת המוסדות.

ארום 2:15 אויפדערנאכט האט רבינו שליט''א מלוה געווען די מיטה פון הרבני הנגיד מוה"ר משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהלתינו הק' בבארא פארק, פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ושמחתים בבית תפילתי

צענטראלע בית המדרש הגדול והמפואר בשכונת ויואל משה בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג