בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגכ"ט כסלו תשפ"ב12/3/2021

נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט אריינקומען צום עריכת שלחן הטהור ליל שב"ק אום 9 אזייגער 'פונקטליך', בהיכל בית מדרשינו הגדול, וויליאמסבורג יצ"ו.

דער היכל ביהמ"ד איז ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם צו קענען אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור.

א פרייליכן חנוכה!
שבת שלום ומבורך!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מוסדות קרית יואל
פייל
בייגעלייגט איז די רייכע בראשור אשרינו היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג, וואס איז ערשינען לכבוד דעם היי יעריגן מעמד המרומם ונרוממה סעודת הודאה כ''א כסלו ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד כבוד התורה לכבוד די חתני התורה בהיכל כוללינו בבארא פארק וואס האבן זיך פארהערט אויף הלכות שבת - הלכות טהרה, פארגעקומען אינאיינעם מיט'ן מעמד ההודאה כ''א כסלו העעל''ט.

צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד ק''ק שומרי שבת ב''פ שליט''א און הרה''ג ר' בנימין בנימין ברייער - דומ''ץ וויען בארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש בפלפול ואגדה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ליל ה' דחנוכה, בביהמ"ד הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.

ביים סוף פון די דב''ק האט דער רבי נאכאמאל ארומגערעדט דברי התעוררות בזהירות קניית מזוזות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 55:03⬇ אראפנעמען 50.4 MB
באריכט
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור שניאור זלמן ב''ר יואל עקשטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות הדלקה.

דער רבי שליט"א האט דערנאך געזאגט די זמירות און מען האט דערווייל געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בדרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז דורך די נר של שבת פון די נשים איז געקומען די נס פון די נר של חנוכה.

דערביי האט דער רבי ארומגערעדט בדברי מוסר זיך מחזק זיין אין די ענינים פון צניעות בלבוש ובהתנהגות, בפרט ביי די ארבייט פלעצער. און נאכאמאל מעורר געווען איבער מצוות מזוזה און ארומגערעדט בגודל מצוותה והלכותיה, און האט שטארק גערעדט איבער די געוואלדיגע זהירות וואס פארלאנגט זיך פון א סופר וואס דארף זיין א ירא שמים מרובים, אסאך מער פון א שוחט, "עס איז דא סופרים ר''ל קלים ורקים". און דערמאנט די אסיפה דורך רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע בשנת תשכ''א וואס האט מעורר געווען איבער כשר'ע תפילין ומזוזות, און געזאגט "אידן קויפן, מען צאלט געלט און מען קויפט פסולע תפילין און פסולע מזוזות, אדער אפילו עס איז נישט פסול איז עס כשר נאר בדיעבד", דערנאך האט רבינו שליט''א אויפגעפאדערט נישט צו קויפן פון די סוחרים וואס אלעס קומט מיד ליד איש מפי איש אן קיין השגחה נאר גיין פערזענליך דורך א סופר א ירא שמים.

דער רבי האט מסיים געווען די דב''ק בדברי תורה ורמזי קודש אז דורך די נר חנוכה ווערט נתמלא דער שם הוי''ה וואס איז מען מעורר אורו של משיח, און צוגענדיגט בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל זיין משפחת המנוח הרה''ח ר' משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהלתינו בבארא פארק יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' מקץ ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר ווייס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף יושע יחיאל זאבעל הי"ו.
ב''ר שלמה צבי שפילמאן הי''ו.

צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מנחם אבל זיין יעצט אין בארא פארק משפחת המנוח הרה''ח ר' משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהלתינו בבארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ח כסלו תשפ"ב12/2/2021

בילדער · 6
הנירות הללו קודש הם

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בהדלקת נר חנוכה היינט ליל ה' בבית המדרש הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית והלל היינט ד' דחנוכה בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג צו הדלקת נרות חנוכה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת מקץ-חנוכה שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
גמר החתימה בזאת חנוכה וסגולותי'ה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור קלונימוס זאב ב''ר אברהם יושע גפן הי''ו געצינדן די מנורה.

אשר בך ירוחם יתום

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויפן פרעזענליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.

הנירות הללו קודש הם

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות און דערנאך די פיוטים כנהוג.

נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבין שליט"א, דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבין שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים, און נאכן גאנצן פראגראם האט דער רבי געזאגט רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. און מ'האט א לענגערע צייט זיך משמח געווען בשירה וזמרה לכבוד חנוכה.
די מסיבה האט זיך געענדיגט בערך אום 1 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פר' מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג