שמחת החתונה בחצרות קדשינו פון החתן נכד הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מנחם אבל זיין כ''ק אדמו''ר מקארלסבורג שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד שריפת הפתילות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סעודה לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 8 סניפי ישיבה קטנות במוסדותינו הק' בקר''י.
ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק מפאר זיין בראש בשמחת החתונה בחצרות קדשינו החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
רבינו שליט''א האט מסדר געווען די כתובה, און געמאכט דעם קבלת קנין, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
ביי די חופה איז רבינו שליט''א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און נאך די חופה געוואונטשן ברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם אפיס פון הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
רבינו שליט''א איז דערנאך אריבער געפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מקארלסבורג שליט''א ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה.
אים 11:55 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק ביים חתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים אין זיידעס, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.
נאכן בענטשן האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן חתן און פאר אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א און פאר די מחותנים און די גאנצע ציבור, און דערנאך אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן ומחותנים און דערנאך ארויס אין עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן כלה כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:50
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
מאנטאג ויגש זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק קרויס הי"ו. צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, און רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה פארן בר מצוה בחור און פאר די תלמידי הישיבה.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דב''ק בדברי החתזקות פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז זאת חנוכה איז א טאג וואס איז מסוגל פאר אלע ישועות. נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט חנוכה מטבעות פאר אלע בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.
ארום 12:10 מיטאג איז פארגעקומען דער שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די 8 סניפי ישיבות קטנות במוסדותינו הק' בקר''י אינעם בנין הת"ת אויף די ראצפערט גאס.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און געטייטשט אז זאת חנוכה איז מען ממליך הקב''ה אויף דעי וועלט און מען ווייזט אז הקב''ה איז משגיח בעליונים ובתחתונים, וואס דאס ברענגט און משפיע אויפן מענטש יראת שמים. און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר והדרכה פאר די בחורים בפרט בנוגע די כלים הטמאים, און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח אויף די חשובע מגידי שיעור און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען און דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריין אין עטליכע חדרים אין ת''ת און זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים פון די תשב''ר און דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין די דערנעבענדיגע גיגאנטישער בנין התלמוד תורה "בנין קליין", דער רבי איז אריין אינעם בנין אין באגלייטונג פין די הנהלת המוסדות און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט אויף אלע פינעף שטאקן פינעם בנין, און עקסטער אויף די חדרים בתי מדרשים און עס זאלן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ ווי מבויעט די נייע חתונה זאלן.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
סעודת זאת חנוכה בקרב קהלתינו הק' בבני ברק
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מאנטאגב' טבת תשפ"ב12/6/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א אב''ד סאסוב ב''פ בן כ"ק אדמו''ר מסאסוב שליט''א שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א מיט הכלה בת הרה''ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן כ''ק אדמו''ר מאלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א.
די שמחת החתונה קומט פאר אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק, ווי דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און אפרעכטן די עבודת הקודש ביים מצוה טאנץ.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
בזא"ת יבוא אהרן אל הקודש
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בהדלקת נר חנוכה און ביים געהויבענעם לחיים ודב''ק ליל זאת חנוכה בבית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש בפלפול ואגדה פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ליל זאת חנוכה, בביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו.
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 6:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור רפאל ב''ר משה יוסף ווערטהיימער הי''ו געצינדן די מנורה.
הנירות הללו קודש הם
ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך במעמד אלפי אנ''ש, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל בשעת די קאפעליע האט געזונגען ניגוני התעוררות פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות הדלקה און געצינדן די נרות.
בשעת דער רבי שליט"א האט געזאגט די זמירות האט מען דערווייל ווײטער געזונגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט הרה''ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי''ו פארגעזונגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, באגלייט בשירה ובזמרה בתוף וכנור.
נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.
ובחננו נא בזא''ת אמר ה' צבאות
דאן איז פארגעקומען דער געהויבענער לחיים טיש לרגל זאת חנוכה ווי מען האט געזונגען א לענגערע צייט ניגוני התעוררות ודביקת בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בבכיות, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דב''ק אז נר חנוכה איז משפיע ערליכע קינדער און געוואונטשן ברכות קדשו מען זאל זוכה זיין צו חיים שיש בהם אהבת תורה ויר''ש און קינדער תלמידי חכמים.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעוררות וניגוני שמחה.
ביי דברות קודש האט רבינו שליט''א משמיע געווען קודם דברי דרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז די אכטע טאג חנוכה ווערט נתעורר די זכות פון יצחק אבינו וואס ער האט געבענטשט יעקב אבינו מיט די ברכות, ויתן ויחזור ויתן סיי גשמיות און סיי רוחניות און קודם גשמיות.
דערנאך האט דער רבי געזאגט אז היינט זאת חנוכה ווערט 9 יאר פון ווען מען האט געגרינדעט חבורת תורתך שעשועי, און אז מען האט היינט מסיים געווען די 26'סטע מס' - מס' שבועות און מען הייבט אן מס' עבודה זרה, און אויף סיי איז ראוי די ברכה כריח שדה אשר ברכו ה' וואס הוי''ה איז 26, און דערנאך מסיים געווען בברכות קדשו פאר אלע לומדי החבורה אז מען זאל זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש''ס געזונטערהייט, און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה אור החיים בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט''א, צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה שליט''א וועלכע האט צום ערשט באגריסט רבינו שליט''א און איבערגעגעבן א גריס פון די ישיבה און דערנאך איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה.