בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ג טבת תשפ"ב12/17/2021

מודעה
חגיגת יובל חמשה עשר פון כולל ברך משה בקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט'ן דינער להגדיל תורה לטובת די כולל מיט אירע נאנט צו 200 לומדי הכולל, דעם מוצש''ק אין די זאלן פון אטריום פלאזע, בהשתתפות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר שמשון יואל ווייס הי''ו.
ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו ע"פ אשתו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יושע הערש גרינפעלד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל הלוי מאשקאוויטש הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ווי עס איז - ווי שוין ברייט באריכטעט נעכטן - פארגעקומען די אסיפת רבני ודייני עיר קרית יואל והגלילות יצ''ו און בעפארברייטונג צום היסטארישן אסיפת העיר קרית יואל והגלילות. - זעט פולע באריכט ביי די פריערדיגע מעלדונגען -.

ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ביים זמן געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין קר''י, עס האט זיך פארצויגן א שיינעס שמועס און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו און פאר די מחותנים און בני המשפחה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו - ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו, באולם כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדייס צום שמחת החתונה פון נכד כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א החתן בן בנו הרה''ג ר' ברוך הורוויץ שליט''א וחתן האדמו''ר מליטשיק שליט''א מיט הכלה בת הרב אייזיק כהנא שליט''א בן האדמו''ר מספינקא קר''י זצ''ל, רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען און נאך די חופה זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן מחותנים אן זיידעס, און דערנאך געוואונטשן ברכות קדשו.

ויאספו אליו כל בני העיר

אויפדערנאכט איז פארגעקומען - ווי שוין ברייט באריכטעט נעכטן - די היסטארישע אסיפת העיר קרית יואל והגלילות ווי מען האט באפעסטיגט די רוחניות'דיגע יסודות וואס איז אראפגעשטעלט געווארן דורכן מייסד העיר רביה''ק זי''ע. א אומגלויבליכע מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען אלופי אלפי תושבי עיר קרית יואל והגלילות זקנים עם נערים האבן מיט א פייערדיגע שטימונג איבערגעפילט דעם ריזן ביהמ''ד הגדול מיט אלע אירע פאלישען פליגלען און גארלעריען און זענען זיך צוזאמגעקומען כולם כאחד לשמוע את דבר ה' דב''ק וחובת השעה פונעם מרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט''א.

ארום 8:10 האט דער יו''ר המעמד הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים וממובחרי תלמידי רביה''ק זי''ע געעפענט דעם מעמד, דערנאך האט הגאון הגדול דומ''ץ העיר שליט''א משמיע געווען דעם דבר ה' זו הלכה איבער די יסודות וואס רביה''ק זי''ע האט אוועקגעשטעלט די שטאט וואס ווערט געפירט דורך ממשיך דרכו ומרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט''א, ארום 8:50 אינמיטן די דרשה האבן די אלפי תושבי העיר מקבל געווען פני קדשו פונעם מרא דאתרא רבינו שליט''א. נאך די דרשה פונעם דיין שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה דער מגיד משרים הרה''ג ר' יחזקאל ווייס שליט''א.

ארום 9:35 האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש, נאך די דרשה ארום 10:40 האט הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט''א רב דביהמ"ד דברי חיים אויסגערופן די 23 תקנות העיר וואס איז מחייב אלע תושבי עיר קרית יואל והגלילות.

מיט א הייסע שטימונג פון "הדר קבלוה באהבה ורצון", האט זיך דער ציבור צעשפרייט פון די אסיפה קדושה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פונעם טאג ביים גאנצן יהדות החרדית.

- זעט פולע באריכט ביי די פריערדיגע מעלדונגען -

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מודעה מטעם לשכת הוראה לעניני סת''ם שע''י קהלתינו הק'.
מודעה
ימי השובבי"ם מתקרבים ובאים!
פייל
גליון 'מגנזי המלך' גליון כ"ה

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא בשבוע הבא:

הגה"ק בעל בני יששכר זצוק"ל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי ויחי תשפ''ב162 KB
ווידיאו
ערשטע בליק פון די אלפי תושבי קריה נאמנה קרית יואל והגלילות במעמד רבתי עם
אסיפת העיר בהיכלי בית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
הכרזת התקנות במעמד רוב אנשי העיר ע''י הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים דקהלתינו הק' בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 15:38⬇ אראפנעמען 26.9 MB
אוידיאו
דברים קילורין לעינים ע''י הגאון הגדול דומ''ץ העיר שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 19:47⬇ אראפנעמען 36.7 MB
אוידיאו
דברי פתיחה ע''י הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט''א רב ביהמ''ד דברי חיים דקהלתינו הק' בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 15:41⬇ אראפנעמען 26.4 MB
אוידיאו
דברות קודש ודבר העיר ע''י מרא דאתרא קדישא הדין כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 59:20⬇ אראפנעמען 99.9 MB
באריכט
נצח קרית יואל לא ישקר!

מיט גאלדענע בוכשטאבן ווערן פארצייכנט די היינטיגע ליכטיגע נאכט "ליל שישי ויחי תשפ"ב" אין די היסטאריע פון עיר הקודש קרית יואל, א לילה כיום יאיר ווען אלע תושבי העיר האבן אין א פאראייניגטע הייליגע אנטשלאסנקייט וברצון עילאה אויסגערופן: נעשה ונשמע! די אלע הייליגע און יסודות'דיגע "תקנות העיר" הנחתם בטבעת המלך, איז אונז מחייב און מזכה, ומנה לא נזוע!
די שפראך איז צו ארעם אראפצושילדערן די טאפנדע התעוררות והתרוממות וואס האט געשוועבט אינעם תל תלפיות וואו רביה"ק זי"ע האט מתפלל געווען, און האט איצט אראפגעקוקט ממרומים מיט א נחת רוח אז זיין הייליגע ירושה, זיין הייליגע הארעוואניע, בלייבט הייליג און אפגעהיטן, עדת צאן מרעיתו תושבי הקרי' נעמען זיך פאר ברצון גמורה איינצוהאלטן אלע תקנות קדושות, וואס ממלא מקומו בקודש ושומר גחלתו, דער געטרייער מנהיג העדה, מרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט"א האט חוקק געווען און אראפגעשטעלט פאר'ן עיר קרית יואל והגלילות.
אן אומגלויבליכע מחזה האט זיך אנטפלעקט אנגעהויבן פון 8:00 אווענט, ווען זקנים עם נערים, פון אלע יארגענג און טיפן, כי כל העדה כולם קדושים, אלע תושבי העיר והגלילות טוען מיט התרגשות דקדושה איבערשטאפן דעם היכל הגדול ביז איבער די ברעגעס, און נאך א קורצע צייט איז שוין נישטא וואו צו זיצן, און די עסקנים ספראווען זיך צו פלאצירן דעם ציבור.
פתיחת האסיפה איז געווען דער הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב ביהמ"ד דברי חיים, ממובחרי תלמידי רביה"ק זי"ע, וועלכער האט אדרעסירט בנועם שפתותיו אדרעסירט די קריטישקייט פון די היינט-נאכטיגע פארזאמלונג וואס איז נוגע פאר יעדן איינציגן יחיד, לטובתו ולטובת זרעו עד עולם, ספעציעל אונטערשטרייכנדיג דער אומבויגזאמער תוקף פון "תקנות העיר", וואס איז געווען א דבר פשוט אלע דורות, אין אלע שטעט און דערפער בערי אייראפע, אז מיט דעם שפילט מען זיך נישט, מ'האלט דאס איין בחיוב גמור.
א יראת הכבוד האט זיך אראפגעלאזט אין ביהמ"ד, ווען הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דער עמוד הוראה וועם רביה"ק זי"ע האט ממנה געווען ביים התייסדות הקרי', האט מיט א פלאם פייער משמיע געווען דעם "דבר ה' זו הלכה", איבער'ן הלכה'דיגן תוקף פון אלע תקנות וואס די רבני העיר האבן היינטיגן טאג אונטערגעשריבן, און איז מחייב יעדן איינציגן תושב העיר, בלי יוצא מן הכלל.
א חרדת קודש האט באנומען דעם מקהלות עם רב, ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם דבר העיר, א לענגערע צייט ארומגעקאכט באש קודש, ואורייתא קמרתח בי' בקול ה' בכח, בקדושת העיר קרית יואל עד היום, וואס גייט אן בכוחו וקדושתו פונעם פעטער זי"ע, וועלכער האט מייסד געווען די שטאט און דערינען משריש געווען די הייליגע יסודות און הוראות, וואס ער האט געוואלט און איז געווען מגמת נפשו הטהורה אז אזא צורה זאל די שטאט טראגן, ווי ס'איז ידוע ומפורסם כמה נצטער אותו צדיק, פונעם טאג ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער געהאט די דאגה און אזויפיל פעולות געטאן מייסד צו זיין אן אייגענע שטעטל, אלעס מיט'ן ציל אז עס זאל זיין הייליג און אפגעהיטן פון די דרויסנדיגע גאס.
מיט א ברייטע הסברה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי אזוי די התרחבת גבולי הקדושה, די שטאט האט זיך בליעה"ר אזוי צעבליעט און צעוואקסן, האט דאס געברענגט מיט זיך אז די גלילות העיר האבן אנגעהויבן שטארק באזעצט ווערן, און צוזאמען מיט דעם האט דאס געשאפן א נייע סארט מציאות וואס מ'האט ביז היינט נישט געזען, אז ס'זאל זיך ח"ו שאפן הזנחות אין די עיקרי יסודות פון קדושת מחנינו, אין פארשידענע ענינים חמורים, און ס'איז הגיע הזמן צו אוועקשטעלן "תקנות העיר", וואס זאל מחייב זיין אלע תושבי העיר והגלילות, אזוי צו קענען בעז"ה, ובכוחו וזכותו פונעם פעטער זי"ע, ממשיך זיין ווייטער רצון קדשו ומגמת נפשו הטהורה, אז די שטאט קרית יואל פארבלייבט א נחלת קודש וקרי' נאמנה, אויף דעם אופן וואס ער האט געוואלט און געמאנט.
בדברים בוערים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די הייליגקייט פון די היינטיגע אסיפה, ווען כולם נקבצו באו, אלע תושבים והגלילות, נעמען זיך צונויף מיט א דעה אחת, לעשות רצון אבינו שבשמים, מקבל זיין ברצון גמורה די "תקנות העיר", וואס ווערט אראפגעשטעלט עלינו ועל זרעינו, און איז מחייב אלע תושבים והגלילות בלי יוצא מן הכלל, עד עולם, און נאר אזוי, וועט מען בעז"ה קענען ממשיך זיין די קדושת העיר וצורתה הרוחני, וואס דער פעטער זי"ע האט געוואלט און אזוי געבלוטיגט דערפאר.

נאך די דברות קודש מלהבות אש, האט דער ציבור אטעם-פארכאפנד מיטגעהאלטן די היסטארישער מאמענט, ווען הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א ממובחרי תלמידי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע ורב ביהמ"ד דברי חיים דקהל יטב לב קרית יואל, האט פארגעליינט די אלע סעיפים פון די "תקנות העיר" וואס איז מחייב אלע תושבים והגלילות, צו קענען בעז"ה פארזיכערן אז מיט די אויסברייטערונג פון די שטאט אין די גלילות, ווערט ח"ו נישט אפגעשוואכט די חומת הקדושה, די הייליגע תקנות וואס איז מחייב יעדן תושבי העיר והגלילות צוגלייך.
מיט א הייסע שטימונג פון "קבלו עליהם" באהבה ורצון, האט זיך דער ציבור צעשפרייט פון דער אסיפה נשגבה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג ביים גאנצן יהדות החרדית.

קרית יואל והגלילות, אשרי העיר שככה לו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ב טבת תשפ"ב12/16/2021

מודעה
תקנת העיר קרית יואל והגלילות, איבערגעגעבן געווארן היינט ביית היסטארישן "אסיפת העיר" בחתימת יד קדשו פונעם מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און הגאון הגדול דומ"ץ העיר שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
וויכטיגע מודעה פון קול סאטמאר איבער האקאפ פונעם היסטארישן אסיפת העיר קרית יואל.

צוליב די נאכאנאנדע בקשות פון די רבבות אנ"ש בכל מקומות מושבותיהם, האבן מיר גענומען רשות פון די הנהלת הקהילה צו קאנעקטן א הוקאפ פונעם צווייטן חלק פונעם אסיפת העיר, כדי צו קענען מיטהאלטן די צענטראלע דברות קודש פונעם מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעמד פון די שווערע טויזנטער בני העיר.

די קול סאטמאר האקאפ נומערן מיטצוהאלטן זענען
3392078688
אדער
7277315985
אדער
5162599513
מדארף נישט קיין פין נומער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל צום היסטארישן אסיפת העיר

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען די אסיפת רבני ודייני עיר קרית יואל והגלילות יצ"ו, בביתו נאוה קודש פונעם מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגע אסיפת העיר קרית יואל והגלילות היינט נאכט בהיכלי ביהמ"ד הגדול קרית יואל.

צום ערשט האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק וחובת השעה, איבער'ן מצב היהדות איבער די וועלט און במיוחד אינעם עיר הצדק קרית יואל, און איבער די יסודות איתנים ונאמנים וואס רביה"ק ז"ל האט געוואלט מיט אויפשטעלן די הייליגע שטאט.
נאך די דבר"ק, האט הגאון רבי שלמה זאבל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב בשכונת לעמבערג פארגעליינט מיט גרויס ערענסקייט די 23 תקנת העיר וואס איז מחייב יעדן תושב קרית יואל וגלילותי'.

צום שלוס האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אינטערגעשריבן דעם שטר התקנות בחתימת יד קדשו און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול דומ"ץ העיר שליט"א דאס אינטערצושרייבן.

אצינד גרייטן זיך אלפי תושבי העיר והגלילות צום מעמד אסיפת העיר בהיכלי בית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו.

כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
האספו היום! למענינו ולמען דורותינו!

אלופי אלפי תושבי קרית יואל והגלילות
בהיכלי בית המדרש הגדול בקרית יואל.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יעקב אליעזר פארגאס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יעקב יודא ווייס הי"ו.
ב"ר אלקנה מנחם פריעד הי"ו.
ב''ר ישראל שמחה לאנדא הי''ו.
ב''ר אשר צבי יואל גלאנץ הי''ו.
און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצב בעקעריי דקהלתינו הק' און דערנאך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יואל אברהם וואלף אפעל הי"ו - ר' יואל בר''ע הירש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר דוד שפיצער הי''ו - ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:45.

ביי די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' אהרן קאהן שליט''א ראש ישיבת תוא''י בן כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן. ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויחי שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
פרשה זו סתומה
מהג"ר שמעון יואל בראך שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג