דאנערשטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר אברהם שמואל אראן הי"ו. ב"ר קלמן אליעזר זוסמאן הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען ביים וועכנטליכע שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה גמרא מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, האט רבינו שליט''א כדרכו בקודש איבערגעלאזט די קשיא פאר די תלמידי הישיבה איידער'ן ארויספארן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, קומענדיגן זונטאג הבעל''ט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת און דערנאך אינעם בית האופה דקהלתינו הק' פאר א לענגערע צייט.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יואל בר''א זילבערשטיין הי"ו - ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל ברי''א קליין הי''ו - ר' חיים בעריש שפילמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ביי די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה הרה''ג ר' פנחס פריעדמאן שליט''א ראה''כ מחזיקי הדת בעלזא בארה''ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה די ספרי לב אהרן אויף שמות - דרושים און אגדה.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' יחזקאל שרגא פערל - ר' מרדכי קאהן הי''ו. ר' יואל קרויס הי"ו - ר' יוסף קדיש ראזענפעלד הי"ו.
ארום 11:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז אום 1 אזייגער. און דערנאך האט זיך הב' מאיר הערש ב''ר יושע חיים שפיצער הי''ו (וומסב''ג) מתלמידי ישיבתינו הק' געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט''א אויף פינעף הונדערט בלאט גמרא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הונדערטער אידן פילען איבער בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג אינאיינעם מיט'ן היכל תהילת יוסף, היינט ליל שישי באשמורת הבוקר, אינערהאלב די כולל ליל שישי בימי השובבי''ם צוגעשטעלט דורך התאחדות אברכים דקהלתינו הק'.
סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלמה זלמן חיים עפשטיין הי''ו, נעכטן בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
חתימות שטרות על חבורת ים התלמוד בישיבתינו הק' מיט הנגיד ר' חיים הערש שאהן הי''ו, נעכטן בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אהרן מרדכי גראס הי"ו, נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די חתימת שטרות ווי הנגיד ר' חיים הערש שאהן הי''ו חתן הנגיד ר' שלמה חיים הייזלער ע''ה האט אפגעקויפט - ווי יאר יערליך - דעם זכות 'שותפות יששכר זבולון' אינערהאלב די חבורת ים התלמיד בסניפי המתיבתא הק', דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו - ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' אשר יצחק ווידער הי''ו - ר' יצחק הערש פרידריך הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען דער סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלמה זלמן חיים עפשטיין הי''ו, און ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו אבני צדק בקר''י, קומענדיגן שבת שירה, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכותיו.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' יואל וואגשאל הי"ו - ר' חיים פארקאש הי"ו. ר' יואל שווארץ הי"ו - ר' חיים טורנהיים הי"ו.
ארום 11:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ח טבת תשפ"ב12/22/2021
בילדער · 2באריכט
דינסטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל צבי הירשפעלד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה - סניף מאנסי'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א רב דביהמ''ד עטרת חכמים כולל ערב שבת.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט זיין גרויס התפעלות פון די ישיבה וועלכע שטייט לשם ולתפארת און מיט א קורת רוח איבערגעגעבן די געוואלדיגע גריסן וואס מען הערט ב''ה צוריק, און דערנאך געשמועסט מיט די תלמידי הישיבה אין די סוגיא וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה גמרא מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל הרה''ג ר' ישראל יעקב זיידענפעלד שליט''א פארן בר מצוה בחור און די תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז רבינו שליט''א צום ערשט אריבער געגאנגן מנחם אבל געווען הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א ע''פ אחיו ע''ה.