ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט ארום 9:15. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי''ו (שיכון סקווירא).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל ואזכור את בריתי" און געטייטשט בדרך דרוש אין די ענין פון חיוב מצות מילה לאברהם אבינו אחר שמירת שבת.
קה אכסוף: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו (קר''י), ברכהמ"ז: הרב משה אונגאר שליט''א (שיכון סקווירא).
פאר די פירות האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים א לענגערע צייט פון הרה''ק הרבי ר' זושא זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ב' שבט. קה רבון עלם: הרה''ח ר' חיים הערש אפעל הי''ו (קר''י). אז ביום השביעי: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: ר' משה שטיין הי''ו (וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
פארן ליינען האט מען אויסגערופען אז בפקודת הקודש פון רבינו שליט''א ווערן אלע עליות פארקויפט ווערן כמדי שנה בשנה פאר א הכנסה צום ארטיגן ביהמ''ד.
הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי''ו, בעל קורא: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
עליות. במקום כהן: הגה''צ אב''ד היבנוב ב''פ שליט''א, שני: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג), רביעי: הרה''ח ר' שמחה בונם שאמועל הי''ו, חמישי: משב''ק הב' אלתר ברוך גפן הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבי'נס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, נאכן עולה זיין האט דער רבי אים געהייסן מאכן א מי שברך. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א (לאנדאן) לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: הרה''ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' ישראל משה לאנדא הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' ברוך צבי פערל הי''ו.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט. און איז צוגעגאנגן צום עמוד צו מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק העצי חיים זי''ע קומענדיגן שב''ק ו' שבט, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הרה''ח ר' חיים הערש סופר הי''ו, מען האט געענדיגט 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:20. מנחה: הרה''ח ר' מאיר יודא ווערטהיימער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יודא ארי' זארגער הי"ו, במקום כהן: הרב משה אונגאר שליט''א, שני: הרה''ח ר' אברהם אבא קליין הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' חיים הערש אפעל הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל'' און געטייטשט אז דורך די עקידה ווי אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות פון הקב''ה, פרעגט הקב''ה אויך נישט קיין קשיות פון אידישע קינדער ווען זיי טוען תשובה אז נעכטן האסטו שוין אויך תשובה געטוען נאר נעמט אן די תשובה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שמחה בונם שאמועל הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצ"ש איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק העצי חיים זי''ע קומענדיגן שב''ק ו' שבט. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday27 Teves 578212/31/2021
Notice
זמנים לשב''ק בצל הקודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, ביים ליינען ווי דער רבי איז געווען בעל קורא, האט דער רבי עולה געווען שלישי, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים,
פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
המשך פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו
מיטוואך
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים,
פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לנכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ ר' חיים יודא באב''ד שליט''א ראש ישיבת תורת חסד.
די שמחת הקידושא רבה קומט פאר דעם שב''ק בבית מדרשינו הגדול בלאנדאן.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday26 Teves 578212/30/2021
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת וארא שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא בענין: הנושא אשה צריך שיבדוק באחי'ה מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א