בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday8 Shevat 57821/10/2022

News
מאנטאג בשלח, ביים מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל ביים ביה"ח דקהלתינו הק' בקר"י וועט מחותנו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מספיד זיין דורך א לייוו הוק-אפ פון פאלם ספרינגס קאליפארניע, מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר.

כל המוריד דמעות על אדם כשר וכו'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday7 Shevat 57821/9/2022

Report
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:35. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה ביי מנחה לרגל די הילולא קדישא, נאך קדיש האט דער רבי געמאכט די עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב"ג), כהן: הר''ר שמואל משה פריעדמאן שליט''א (קר"י), לוי: הר''ר יואל ווערצבערגער שליט''א (קר''י), שלישי: הר''ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' משה אונגאר הי''ו (שיכון סקווירא).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, מען האט געזונגען די נענועים ניגון פון הגה''ק העצי חיים זיע"א. שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף ברוינער הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''היום אתם יוצאים בחודש האביב'' און געטייטשט אז דורך מצות מצה וואס די סגולה דערפון איז מען זאל ניצן ווערן א גאנץ יאר פון חטאים, פארלירט מען נישט דעם צלם אלוקים ווערן די תפילת ישראל נתקבל, מצה איז ראשי תיבות מ'כל צ'רה ה'צלנו ווייל טאקע אין זכות פון מצה הערט דער אייבערשטער צו די תפילת ישראל ווערט מען ניצול פון אלע צרות.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' וואלף ברוינער הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:50.

נאך הבדלה איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי הגהצ אב"ד היבנוב ב"פ שליט"א ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות. דערנאך האט היבנוב'ע רב מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד צו די סעודת הילולא ומלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק העצי חיים זיע"א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים, מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה, און מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שלמה קליין שליט''א (ל"א), דערנאך האט דער רבי דערציילט לענגערע סיפורי קודש פון זקינו הבעל הילולא זיע"א. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען נכד העצי חיים זיע"א הרה''ג ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט''א אב''ד רודניק (ל"א), מען האט געענדיגט 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת בא ו' שבט יומדהל"ק של מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע"א 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו.

פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:40 ביי די שקיעה הנראית האט רבינו שליט''א זיך פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. און דערנאך ווייטער געדאווענט פארן עמוד קבלת שבת לרגל די הילולא קדישא, ביי מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כנהוג, און נאכן עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10. נאכן דאווענען איז מען אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשלה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט ארום 9:20, מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הרה"ג ר' אברהם דוד וואגשאל שליט"א (מאנסי) מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' משה ברוך זילבער הי''ו (בארא פארק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "למען רבות מופתי בארץ מצרים" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). ברכהמ"ז: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב''ג.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון זקינו הגה"ק העצי חיים זיע"א שטייענדיג בעצם יומא דהילולא. קה רבון עלם: ר' יהודא פערלשטיין הי''ו (ב"פ).

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט באנדלעך און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד להרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן.

אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 10:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אלע תפילות אהנגעהויבן פון פסוקי דזמרה לרגל די הילולא קדישא. ה' מלך, הלל הגדול, שירה, און הכל יודיך האט מען געזאגט פסוק בפסוק כנהוג, און דער רבי האט געזאגט אלע קדישים.

פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו געמאכט דעם אפיעל פארן ביהמ"ד, און האט פאר
קויפט אלע עליות.

הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הר''ר משה ברוך זילבער שליט''א, בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי''ו (וומסב''ג), לוי: ר' בנציון אפסטפעלד הי''ו (ב"פ) הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א, רביעי: הגה''צ אב''ד היבנוב ב''פ שליט''א, חמישי: הרה''ח ר' וואלף ברוינער הי''ו (ב"פ), שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבי'נס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט און אים געהייסן מאכן א מי שברך. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א לרגל הולדת בנו למז''ט.

שביעי: ר' אברהם מאסרי הי''ו (קר"י). מ'האט געמאכט געציילטע הוספות צווישן אנדערע האבן עולה געווען: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו (קר"י), און נאך. אחרון: הרה''ח ר' ישעי' ברוינער הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הב' ב''ר יצחק זאב פילאפף הי''ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגן צום עמוד צו מוסף לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר''י שווארץ הי''ו, מען האט געענדיגט 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
שיינע קבוצה מאנ"ש פון אמעריקא און אייראפע פראווען שבת קודש אינעם עיר האבות סיגוט, רומעניע. בעצם יומא דהילולא פון מרן הגה"ק העצי חיים זיע"א. בראשות הרה"ג נכד רבותינו הק', מוה"ר יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א, משפיע ומרביץ תורה בקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו.
די תפילות, דרשות, און סעודות שב"ק זענען פארגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש והמפואר אין שוהל-הויף.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh6 Shevat 57821/8/2022

News
מוצש"ק בא

א גוטע וואך.
היינט מוצש"ק וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מאריך זיין שלחנו הטהור וסעודת מלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק העצי חיים זי"ע, ארום 9:00 אינעם ביהמ"ד בית חב"ד אין פאלם ספרינגס.

א באריכט פונעם שב"ק וועט נאכפאלגן אי"ה.

קה זכות אבות יגן עלינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday5 Shevat 57821/7/2022

Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד. נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט ווי עס איז פאפירט געווארן א שיינע שמעוס אלעס ארום די שקיעה ונץ החמה הנראית, אין די מקומות וואס איז ארומגענומען מיט בערג, און וואס איז נוגע לקבלת שבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הר''ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א, כהן: הרה''ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק אלימלך וויינבערגער הי''ו.

נאכן דאווענען זענען עטליכע געסט אריבער שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס פון עובדות וספירים פון הרה''ק ר' משה לייב סאסאווער זי''ע וואס איז געפאלן די יארצייט דעם טאג, און פון די געוואלדיגע פעולות פונעם בארימטן מרכז עזרה וויעוץ בארה''ק.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש גערעדט מיט הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א נכד רבותינו הק' ומרביץ תורה בקהלתינו הק' במאנטשעסטער, וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צום עיר האבות סיגוט לקראת די יומדהל''ק פון הגה''ק העצי חיים זי''ע דעם שב''ק ו' שבט, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפן סדר הנסיעה אין געבעטן פרעזענליך מען זאל אים אינזינען האבן, און געוואונטשן מ'זאל פועלן אלעס גוטס.

ארום 11:45 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, אנהייב שפאציר האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה''ג ר' פנחס שדראוויצקי שליט''א משגיח הכשרות פון התאחדות הרבנים, ער האט שלום גענימען פון רבי'ן און איבערגעגעבן א מתנה זיין ספר, דערנאך האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די גאנצע סדר ומהלך השחיטה מיט אלע הלכות און חומרות, און איבער כשרות המאכלים פון אמאל און היינט.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בעניני ניטל הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א, ראה"כ וומסב"ג, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
חלק ב' פר' בא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

מיטוואך

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער מנהגי ישראל פון ניטל, ווי דער רבי האט געזאגט זיין הוראה אז אונזער מנהג איז נישט צו לערנען נאר ביז חצות הלילה, און די סדר ליל שישי באשמורת הבוקר זאל מען ממשיך זיין א ווי יעדע וואך.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:40 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע אינטערעסאנטע זכרונות פון די בראשית יארן בימי רביה"ק זי"ע און זיין קשר דאורייתא מיט די גדולי ישראל.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
שבת הילולא קדישא של מרנא ורבנא הגה''ק העצי חיים זי''ע בעיר האבות סיגוט בראשות הרה''ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א נכד רבותינו הק' ומגי''ש בקהלתינו הק' במאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
שבת התעלות בהיכלי ישיבתינו הק' בראשות הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק מרן רבינו הגה''ק ראש ישיבתינו שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בא שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
ויהי בחצי הלילה, איזה חצות?
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 קול בא חו''ל4.5 MB

Thursday4 Shevat 57821/6/2022

Notice
הוראה מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט''א בענין זמני ניטל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ליל ניטל בקהילתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ליל ניטל בקהילתינו הק' בארא פארק יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ליל ניטל בבית מדרשינו 'בנין געלבשטיין' בוומסב''ג יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ליל ניטל בקהילתינו הק' בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday3 Shevat 57821/5/2022

Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק הרבי ר' זושא זי''ע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, ווי דער רבי האט דערציילט א לענגערע צייט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא.

דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן קאך פונעם נייעם 'פאלם ספרינגס קאשער' געשעפט אינעם ארטיגן ביהמ''ד, וואס איז געבויט געווארן פאר א הכנסה לביהמ''ד בהשתדלות הנגיד ר' הערשל שפיץ הי''ו ובנדבת לבם פון נדיבי אנ"ש שיחי', דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אינטערוועגנס איז געווען א שיינע שמועס בכינויי שמות אנשים.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, ובמיוחד איבער הגאון הגדול רבי יוסף שאול נאטזאהן זצ"ל בעל 'שו"ת שואל ומשיב' און עובדות וסיפורים פון הגה"ק החתם סופר זצ"ל

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג - ראש חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא פריעדמאן הי''ו, כהן: הרה''ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי''ו, שלישי: הנגיד ר' בערל ווייס הי''ו (לאס אנדזשעלעס), רביעי: רבינו שליט''א, הגבה: הר''ר אברהם דוד וואגשאל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' ישראל ניימאן הי''ו. צו מוסף איז נתכבד געווארן הגה''צ אב''ד היבנוב ב''פ שליט''א.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א זיינע שמועס איבער עניני גידול פון א לולב און די חלקי ההלכה דערפון, ווי דער רבי האט אנגעוויזן די פרטי הדברים אויף די טייטלביימער וואס געפינט זיך דארט אינטערוועגענס אהיים.

בביתו נאוה קודש האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת ר''ח אויף א פריוואטע פארנעם.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, ובמיוחד פון הגה"ק המהר"ם שיק זצ"ל וואס איז געפאלן די יארצייט דעם טאג.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
חלק א' פר' בא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

זונטאג

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די חרדישע ישובים איבער ניו יארק.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:50 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע זכרונות פון די בראשית יארן בימי רביה"ק זי"ע.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, לרגל הולדת נכדו למז"ט, בן הבכור אצל נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א בן הרה"צ ר' מאיר איתמר שליט"א מטרעבישאן, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון 'מגנזי המלך' גליון כ"ח.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא שחל ביום שב"ק:

הגה"ק מרן העצי חיים זצוק"ל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי בא תשפ''ב1.7 MB
Show earlier days