צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:35. מנחה: הרה''ח ר' שמעון עוזר מיטטעלמאן הי''ו(וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלום משה עקשטיין הי"ו (קר''י), כהן: ר' משה מיללער הי''ו (מאנסי), לוי: הרה''ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה''ח ר' אברהם משה לאנדא הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק "אז ישיר משה ובני ישראל" און געטייטשט אז אויפן ים זענען די מצריים נענש געווארן 5 מאל אזויפיל, מדה כנגד מדה פון זייער מחשבה רעה אויף אידישע קינדער, פון דעם האבן די אידן גענומען א מוסר השכל דעם חומר הענין פון א מחשבה אליין, אז די פגם גייט ביזן נשמה און דער תיקון דערצו איז צו טוען מצוות ומעשים טובים מיט מער מחשבה ופנימיות הלב, און מאריך געווען מיט לענגערע דברי מוסר שטייענדיג בימי השובבי''ם אז מען דארף תשובה טוען אפילו אויף די מחשבות וואס דאס איז דורך טוהן מצוות מיט מער כוונה, און זיך מקבל זיין צו נזהר זיין פון עבירות בדיבור במעשה ובמחשבה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו (קר''י). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
ביים ערושלה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט ארום 9:10, דער רבי האט געשמועסט בסיפורים פונעם קדושת יו''ט און עצי חיים זי''ע. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויהי בשלח פרעה את העם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו (קר''י). ברכהמ"ז: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה דקהלתינו הק' בארא פארק.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הפני יהושע זצוק"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''ד שבט. קה רבון עלם: הרה''ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי''ו (וומסב''ג), אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אהרן יוסף ווייס הי''ו (וומסב''ג). דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן בבקעך ים סוף לכבוד שבת שירה. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו פסוקי דזמרה און שחרית לרגל שבת שירה. הלל הגדול און שירה האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק כנהוג. צו הויעך שמו''ע האט דער רבי צוגעשיקט הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו געמאכט דעם אפיעל פארן ביהמ"ד, און האט פארקויפט אלע עליות.
הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אבא קליין הי''ו (ב"פ), בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' חיים שאול קאהן הי''ו (קר''י), לוי: הב' ב''ר יואל טירנויער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א, רביעי: משב''ק הב' אלתר ברוך גפן הי''ו, חמישי: הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבי'נס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט און אים געהייסן מאכן א מי שברך. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: הרה''ח ר' אהרן יוסף ווייס הי''ו, הוספה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), אחרון: הר''ר משה ברוך זילבער שליט''א בן הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי''ו.
מוסף; הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי''ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולד להרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזונגען נגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו שמחת ביי אידישע הייזער. מען האט געענדיגט 1:00.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די טעגליכע שפאציר בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday12 Shevat 57821/14/2022
Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד. נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט ווי עס איז פאפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגי שב''ק ביי רבותינו הק' און איבער מנהגי שבת שירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו (קר''י), כהן: הרה''ח ר' בנציון לאנדא הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו (קר''י), שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, גלילה: ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי''ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען זענען עטליכע געסט אריבער שלום נעמען.
פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי געלערנט, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
חלק ב' פר' בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו
מיטוואך
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען ברכות קדשו פארן גאנצ'ן ציבור.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער די עבודה פונעם בעש''ט ותלמידיו צו ארומפארן און אויפהייבן די פראסטע אידן צו אידישקייט, און איבער דעם מנהג פון געבן א נאמען נאך עלטערן און רבי'ס.
פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
שמחת הברית מילה פון אור אייניקל פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פאהרגעקומען תוך ימי השבעה פון האדמו"ר מ'אלעסק זצ"ל בבית מדרשו אין פלעטבוש ועל שמו יקרא הרך הנימול שיחי'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
קול חוצב להבת אש שירת הים פסוק בפסוק מרביה"ק זיע"א, הו"ר תשי"ד לפ"ק
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, לרגל הולדת נכדתו למז"ט, בת הנולד אצל נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א - חדב"ן, חתן הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א אדמו"ר מראצפערט בראזיל.