בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךכ"ב אדר א' תשפ"ב2/23/2022

בילד
רבינו שליט"א ביי תפילת מעריב בבית האכסניא

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים נאך שחרית דורך די אריבער 500 תשב''ר במוסדותינו הק' במאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביי תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד קבלת פנים פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דורך זקני ופני העדה ביים אנקומען אינעם מאנטשעסטער עירפארט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש'פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים לאנדא הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור משולב בדברות קודש, מגודל קדושת ואורו הבהיר פונעם בעל ההילולא זיע"א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל ההילולא, ביים מסיבת לחיים האבן די רמ''י הישיבה איבערגעגעבן די תירוצים אויפן רבינ'ס קשיא וואס איז אויסגעארבייט געווארן דורך די תלמידי הישיבה, דער רבי האט איבערגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מרביצי תורה און די בחורים.

נאכמיטאג אים 4:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.

באריכט מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק א'

נאך מנחה אים 4:45 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, און אים 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם JFK עירפארט, נאכן מסדר זיין געשיקט אלע פארמאליטעטן, איז רבינו שליט''א אריין אין א פריוואטע צימער ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

אים 9:15 נאך א קליינע פארשפעטיגונג האט זיך בשעטו''מ געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין מאנטשעסטער. אויפן פליגער האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה במס' כתובות און מס' בבא קמא.

ברוך הבא בשם ה'

מיטוואך אים 8:00 אינדערפרי אין מאנטשעסטער האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדענט אינעם ארטיגן עירפארט, ביים אראפשטייגן פון פליגער איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך ר' יוסף סנדלר דער טשאפלעין פונעם עירפארט און באגלייטונג פון הרב יואל הורוויץ שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.

אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד ובראשם הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א, און הרה''ג ר' דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב ביהמ''ד זכרון יחזקאל, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א און נאך עטליכע מינוטן פון אפרוה איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה''ח ר' בנימין לעברעכט הי''ו.

ארום 10 אזייגער איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי הת''ת פון די עלטערע כתות, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים בשירה וזמרה דורך די איבער 500 ילדי תשב''ר במוסדותינו הק', און עטליכע קינדער האבן פארגעזונגען חרוזים לכבוד המאורע. הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בברכת שהחיינו, און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה פאר די קינדער ובפרט איבער מידת האמת און איבער דאווענען במתינות אויפן קול און גיין מיט די ציצית אינדרויסן, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגן לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, און די קינדער פון די עלטערע כתות האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה פון 3147 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן אין די לעצטע בהתמדה בלויז אין די לעצטע צוויי וואכן, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט''א, און דער רבי האט פאר יעדן געגעבן א מתנה למזכרת נצח. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא.

און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 7:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי מאנטשעסטער.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד קבלת פנים פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דורך די הונדערטער ילדי הת''ת נאך שחרית בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מיטוואך פר' ויקהל 8:00 אינדערפרי אין מאנטשעסטער ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט, ווי רבינו שליט''א ווערט אפגעווארט דורך זקני ונכבדי אנ''ש.

רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן צו בית מדרשינו הגדול און דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די ילדי התלמוד תורה ואנ''ש, און נאכן דאווענען וועט פארקומען די מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים.

תושבי אייראפע לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"א אדר א' תשפ"ב2/22/2022

בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב אין עירפארט אינטערוועגנס אויפן מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, און ביים עוסק זיין בתורה אויפן פליגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
דינסטאג פר' ויקהל פארנאכטס 8:40 אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן מסע הקודש קיין מאנטשעסטער.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין שטאט מאנטשעסטער ארום 7:30 אינדערפרי (2:30 אויפדערנאכט אין ניו יארק).

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 7
גרויסארטיגע הכנות בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער צום געהויבענעם ביקור קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסן שאטער פארענט פון בית מדרשינו הגדול, און איז צוגעבויט געווארען א פריוואטע חדר פאר רבינו שליט''א.

הנה ימים באים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

דינסטאג פ' ויקהל נאכמיטאג, אין די יעצטיגע מינוטן וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דאווענען תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אין קרית יואל, און נאך מנחה וועט דער רבי ארויספארן אויפן וועג צו JFK עירפארט, צום מסע הקודש בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער.

ביים אנקומען אין עירפארט וועט רבינו שליט''א דאווענען תפילת מעריב און דערנאך זיך ארויסלאזן אויפן וועג בשעטו''מ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
אוידיאו
תהילים שיעור נאכן דאווענען היינט דינסטאג ביומא דהילולא קדישא, משולב בדברות קודש, מגודל קדושת ואורו הבהיר פונעם בעל ההילולא זיע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 9:04⬇ אראפנעמען 8.3 MB
בילד
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית, היינט ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע, אין ביהמ''ד רב טוב קרית יואל, מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף דברי יואל'. פאר דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועת משה מוויזניץ ז"ל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק י"ב.

נאכן דאווענען איז דער רבי געווען אויף ניחום אבלים בײ משפחת המנוח הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין ע"ה בן הר"ר משה זאב שליט"א.

נאכמיטאג אים 6:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ישראל דוב מאיר שטערן הי''ו (וומסב''ג) - ר' משה חיים בערקאוויטש הי''ו באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"י פארגעס הי''ו (וומסב''ג) באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15.

ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי''ו - ר' אביגדור הערשקאוויטש הי''ו.
ר' יואל בר"י שטויבער הי''ו - ר' מאיר דוד גאלדבערגער הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ' אדר א' תשפ"ב2/21/2022

בילדער · 4
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שלחן הטהור פארגאנגענעם פורים קטן אינאיינעם מיט די 700 תלמידים פון די 7 ישיבות קטנות במוסדותינו הק' בוומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דערהויבענער שבת קודש 'ושכנתי בתוכם' אריבער בעיר האבות סיגוט בראשות חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, פאר אלע נגידי אנ''ש וואס האבן מנדב געווען סכומים אדירים לטובת השלמת בנין בית מדרשינו הגדול והמפואר 'בנין שמואל בנימין' בקרב קהלתינו במאנטרעאל יצ"ו.

ביי די עליות שב"ק איז געשנאדערט געווארן די אסטאראנאמישע סומע פון אריבער 1.5 מיליאן דאללער פאר די להשלים קאמפיין צו פארענדיגן דעם פרעכטיגן בנין ביהמ"ד הגדול.

מוצש"ק איז פארגעקומען די גאר רייכע מלוה מלכה פאר אלע נגידים ווי עס איז פארטיילט געווארן אלס אות הוקרה הערליכע לעדערנע נועם אלימלך פאר די נדבנים החשובים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש'

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן
לבן הנולד לר' חיים עזרא ברוינער הי"ו.
לבן הנולד לר' משה ארי' ג'ברא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף קדושת יואל'. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ו'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט"א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם בית האופה דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג אים 6:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען:
ביי די חופה פון די מחותנים ר' רפאל דוד גברא הי"ו - ר' דניאל אברהם ניווח הי"ו, באולם כינור דוד.
ביי די חופה פון די מחותנים ר' איסר יודא בערגער הי"ו - ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30. בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו"פ ביי רבינו שליט"א הגה"צ רבי חיים פייוויל שנעבאלג שליט"א מ. גאב"ד מאנטשעסטער, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות, רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען ברכת קדשו, און ארויסבאגלייט בידידות.

אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל חיינו דקהלתינו הק' בקר"י, אינאיינעם מיטן מגיד מישרים הרה"ג רבי משה בלויא שליט"א פון בני ברק, וועלכע האט אויפגעטרעטן אין די סעריע פון די שיעורי חיינו וואס קומט פאר אין די וואכן, און ער האט אויך איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פונעם דערהויבענעם שבת לדורותם שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' בוומסב"ג, ווי ער האט זיך באטייליגט און אויפגעטרעטן.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ביי די תנאים פון די מחותנים ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי) - ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.

ארום 11:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועת משה מוויזניץ ז"ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' בנציון זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג