בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךט' כסלו תשפ"א11/25/2020

נייעס
היינט נאכט קומט פאר די שבע ברכות 'בחצרות קדשינו' צוגעשטעלט דורך די גרויסע זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -אויף א פריוואטע פארנעם ספעציעל פאר די "חברי הצלה" פון קרית יואל אלס אות הכרות הטוב פארן זיך איבערגעבן בלב ובנפש פאר תושבי ק"י און די שווערע חדשים.
באריכט
גייסטרייכע ראש חודש סעודה פאר גבאי מפעל קביעת עתים
דינט אַלס קוואַל פון חיזוק פאר די גבאים אָנצוגיין מיט די עבודת הקודש
דעם פאַרלאָפענעם ראש חודש כסלו העעל"ט איז פאָרגעקומען אַ רייכע מסיבת ראש חודש פאר די חשובע גבאים פון מפעל קביעות עתים דקהלתינו הק' קרית יואל, וואו עס זענען זיך צוזאַמגעקומען די "חברותות גבאים" פון אַלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש אסאך מער פון וויפיל עס איז מעגליך זיי צו באצאלן צו דערהייבן די כוח התורה וכוח הרוחני דא אין שטאט מיטן צוזאַמשטעלן שיעורי תורה און פּאַסיגע חברותות אין אַקביעות עתלע מקצועות התורה לכל דורש ומבקש.

במשך די אסיפה האָבן זיך די גבאים מיטגעטיילט עצות און געדאַנקן פון זייער ערפאַרונג ווי אַזוי נאָך מער צו הייבן און פאַרשטערקערן די כח התורה אין אונזער שטאט, און איז געווען אַ שטאַרקע קוואַל פון חיזוק פאר די חשובע גבאים אָנצוגיין מיט זייער עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.

אַריינקומענדיג סיי ווען אימער אין סיי וועלכע פון די בתי מדרשים דקהלתינו הק', איז אַלץ א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי די בתי מדרשים ווירבלען מיט לומדים חשובים, קובעי עתים לתורה, וועלכע זענען עוסק אין פאַרשידענע מקצועות התורה, וואָס איז אַלעס צו פאַרדאַנקן די מאַסיווע פעולות פון די "קביעות עתים גבאים" וועלכע זענען אַריינגעטון ראשם ורובם צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת להגדיל תורה ולהאדירה.
צו דערציילן איבער די פעולות פון און מפעל קביעות עתים לתורה, איז דאַכט זיך גענצליך איבעריג, נאָכדעם וואָס יעדער זעט דאָס אַליינס, און ווער עס קומט נאָר אַריין אין די בתי מדרשים פון קהלתינו הק' איבער די לענג און ברייט פון די שטאָט, זעט דאָס גלייך מיט די אייגענע אויגן, ופירותינו מעידין עלינו.
די פעולות פון התאחדות אברכים ווערט אָנגעפירט דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן מנהל הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, וואס איז ממונה מטעם הקהלה אַהערצושטעלן די שיעורים ברבים אין ביהמ"ד הגדול מדי יום ביומו, ובפרט אין זמנים מיוחדים במשך דעם יאָר, אין די צייט ווען דער מפעל "קביעות עתים לתורה" איז קאָנצענטרירט צו פאַרזיכערן אַז יעדער איינציגער תושב אין די שטאָט האָט א שייכות צו די הייליגע תורה, און איז פאַרזיכערט מיט איינס אָדער עטליכע שיעורי תורה במשך דעם טאָג.
דער מפעל ווערט ענערגיש אָנגעפירט דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן איש המעש ומזכה את הרבים הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א, וועלכער איז דער רוח החיים און בריח התיכון פון דעם געוואַלדיגן כח התורה וואָס גייט טעגליך אַרויס פון אונזער שטאט קרית יואל. ר' יואל שליט"א, דער ממונה מטעם הקהלה רוהט נישט בייטאָג און שלאָפט נישט ביינאַכט. ווילאַנג עס איז נאָך פאַרהאַן אפילו נאָר איין איד אין קרית יואל אָדער אין די גלילות וואָס איז נאָכנישט אָנגעשלאָסן אין א טעגליכן שיעור, האָט ר' יואל פּשוט נישט קיין מנוחה דערפון, וואָס דאָס איז דער סוד פון די געוואַלדיגע הצלחה פון דעם מפעל, פּשוט דאָס וואָס הר"ר יואל שליט"א נעמט דעם גאַנצן מפעל אַזוי פּערזענליך אַלס אַן אייגענער פּראָיעקט.
צוזאַמען מיט הר"ר יואל שליט"א שטייען מיט א שטאַב מיט עסקנים, וואָס זענען אַלע איינגעשטעלט ביי די קהלה, און יעדער איינער פון זיי איז אויף גענומען געווארען מטעם הקהלה אויף אַן אַנדערן פון די קהל'ישע בתי מדרשים, אַרויסצוהעלפן דאָרט לאָקאַל פאר די מתפּללים, צונויפצופארן חברים, און פאַרזיכערן אַלע פעולות למען הרמת כח התורה.
הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א – גבאי ביהמ"ד אבני צדק,
הר"ר דוד צבי גראס שליט"א – גבאי ביהמ"ד ישמח משה,
הר"ר עמרם בר"ד כהן הי"ו - גבאי ביהמ"ד ישמח משה,
הר"ר מרדכי ברי"ל קאהן הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית מרדכי,
הר"ר מנחם זאב טייטלבוים הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית מרדכי,
הר"ר אברהם לייב לאנדא הי"ו - גבאי ביהמ"ד ברך משה,
הר"ר שלום וואלדמאן הי"ו – גבאי ביהמ"ד אוהל פיגא,
הר"ר אברהם עביר שווארץ הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית ברוך,
הר"ר יואל שלום לאוב הי"ו – גבאי ביהמ"ד דבלומינגראוו,
הר"ר יצחק פנחס עסטרייכער הי"ו – גבאי ביהמ"ד דבלומינגראוו,
הר"ר בנימין יוסף סופר הי"ו – אפיס דקביעות עתים,
הר"ר נפתלי זינגער הי"ו - גבאי רב טוב ובית שמואל בנימין,

און הר"ר יואל אַליינס? אויסער וואָס ער איז אָפציעל דער ממונה פון דעם מפעל אין ביהמ"ד הגדול, איז אין לו מנוחה... און לויפט טעגליך אַרום אין די בתי מדרשים איבער די שטאָט, דאָ זיך צו טרעפן מיט די גבאי המפעל, דאָ צו געבן א שמייכל פאר א פרישן אינגערמאַן, און דאָ סתם אַזוי צו צייגן אַז ווען עס קומט צו סיי וועלכע תורה'דיגע איינגעלעגענהייט שטייט מען אַלץ גרייט, און אַזוי טוט מען ב"ה אויף גדולות ונצורות. דאָס איז אויסער די פעולות פון הר"ר יואל, צו באַגלייטן געטריי די באַרימטע חבורות "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי"
און נאָך וואָס איז אַלץ פאַרבינדן מיט פאַרשידענע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה.
דאָס איז אויסער די אַנדערע איינגעשטעלטע פון דעם מפעל, ווי הר"ר משה אלימלך ווידער שליט"א, וועמענס אויפגאַבע איז, צוצושטעלן חברים ספּעציעל פאר די וואָס זוכן עקסטערע שיעורים אויף יעדן פרייטאָג-ערש"ק, שבת קודש, מוצאי שבת און אַזוי אַנדערע זמנים מיוחדים. ווי אויך הר"ר חיים מנחם פעלדמאַן שליט"א, וועלכער איז עומד הכן פאר אַלע פעולות פון דעם מפעל.
די הנהלת הקהלה וועלכע טראָגן דעם עול צו צאָלן די געהעלטער פאר אַלע ממונים, צאָלן קביעות'דיגע געהעלטער פאר די מרביצי תורה שליט"א אין די בתי מדרשים, אָפיס און אדמיניסטריווע קאסטן, וואָס קאָסט אָפּ פאר די קהלה אַריבער הונדערט-טויזנט דאָלאַר א יאָר!.
די פעולות פון דעם מפעל שטעלט זיך נישט בלויז ביים צושטעלן חברותא'ס וכדומה. די עסקני המפעל אין שפּיץ פון דעם רוח החיים הר"ר יואל שליט"א, טרעפן כסדר פרישע פעולות ווי אַזוי מרים צו זיין דעם קרן התורה אין די שטאָט. און בלויז מיטן זיך ווענדן צו איינעם פון די גבאי המפעל, ווערט מען סערווירט מיט חברים אָדער סיי וועלכע אַנדערע סערוויסעס, צו פאַרלייכטערן דעם קביעת עתים לתורה פאר יעדן איינעם.
הנהלת הקהלה רופט אויס מיט שטאלץ און דאנקבארקייט צו אלע חברי הקהלה מיטן באצאלן אייער התחייבות האט איר א חלק אין די אלע פעולות, און איר גייט אריין אינעם ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת, ווען איר קומט אריין אין איינע פון די בתי מדרשים און איר זעהט א פולע קעפיגע בית המדרש מיט לומדים שפירט אייך גוט און עסט אויף די נחת איר קענט זאגן מיט שטאלץ חבר אני איך דאנק דעם אייבירשטען איך האב א חלק אין די פעולות נשגבות להגדיל תורה להאדירה.
נייעס
דער בלאט /א בליק /די וואך
נייעס
זינטאג זענען אריין בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די עסקני ה"שבת עמלי תורה" ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו און ארויסגעברעגט רגשי לבבו פונעם שבת און דערביי געשאנקן מתנות הוקרה.
באריכט
שבת צופרי איז די רבי געגאנגען אין מקוה פון ישיבת באבוב, אויך האבן זיך די באבוב'ע בחורים באטייליגט ביים מיטאג טיש.

8:40 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, ברכות: הרה"ג ר' הערשל מייזליש בן כ"ק גאב"ד מאנטריאל שליט"א, פסוקי דזמרה: הרה"ג אברהם שלום פר"מ מראשי הכולל בק"י, שחרית איז די רבי צוגעגאנגען
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל גלאנץ חתן מורינו הגה"צ הרב שליט"א
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רב דקהלתינו 18 עוו. שליט"א
כהן: הרה"ג אברהם איזריעל ראה"כ במאנסי
לוי: הרה"ג יעקב יוסף וואזנער מראשי הכולל במאנטריאל
שלישי: מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א
רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן
חמישי: הרה"ג יוסף הערש סופר מדייני קהלתינו ק"י
שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג יקותיאל מנשה ווצ"ב -מראשי החבורה בק"י ר' משה אליעזר ראזענפעלד -ק"י ר' יחיאל רובין -ק"י
שביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א -חדב"ן
אחרון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א
מפטיר: ר' מרדכי ראזענפעלד -וומ"ס
הגבה: ר' דוד אהרן ווייס פון לאנדאן -ווי ער האט גומל געבענטשט און מוצא געווען אלע געסט
גלילה: ר' מנחם הירש -וומ"ס
מוסף: הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אב"ד סיגוט
פתיחה אנעים זמירות: הרה"ג ר' שלום ט"ב דיין בביהמ"ד ויואל משה
מען האט געענדיגט 12:25

צו קידוש זענען געלאדענט געווארן אלע 'ראשי הכוללים' נאך קידוש האט די רבי ארומגערעדט במשא ומתן של הלכה, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט לענגערע דב"ק דברי הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אבריכים, און די שטארקע אחריות וואס ליגט אויף די ראשי הכוללים.

נאכדעם איז די רבי אריין צום טיש, עס האט אויפגעטרעטן מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, נאך חי ה' האט די רבי געזאגט תורה,
ברוך ה' יום: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן
ברוך א-ל עליון: הרה"ג יוסף פר"מ
נאכדעם האט די רבי געזאגט תורה, "נאך די פלייש האט זיך די רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ציבור הגדול פאר א לענגערע צייט 'בשמחת השבת ובשמחת התורה'
"נאכדעם האט מען געהאט די זכיה צו הערן הדרכה ודב"ק בדרך שאלה ותשבוה געפרעגט געווארן דורך הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל ראה"כ בוומ"ס"
בענטשן: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א
מען האט געענדיגט 3:55

5:15 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אורי שלעזינגער -לאנדאן, עס האבן עולה געווען די בעלי שמחה, כהן: ר' יחיאל רובין
לוי: ר' יקותיאל מנשה ווצ"ב
שלישי: ר' אליעזר ראזענפעלד
די רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה"ג אהרן גאלד.
נאכן לחיים ביי של"ש האט מען געזינגן נגוני התעוררות, אודה האט די רבי מכבד געווען הגה"צ ר' הירצקא צוויבל ראה"כ בוומ"ס, שיר המעלות: הרה"ג וואלף אהרן טעלער מנהל הכולל בק"י
פאר די תורה האט מען געזינגן נאך נגוני התעוררות, די רבי האט אויפגעטרעטן מיט שטארקע דב"ק דברי התעוררות
ידיד נפש: הרה"ג ר' יחזקאל ווייס
א-ל מסתתר: הרה"ג ר' בערל גורעלניק
די רבי האט געבענטשט אויפן כוס
מעריב: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן מדייני קהלתינו וומ"ס, די רבי האט געמאכט הבדלה און געווינטשן א גוטע וואך.
10:40 איז די רבי אריין צום מלוה מלכה -זעט די לענגערע דב"ק אויפן עקסטערע באריכט פון מוצ"ש- מען האט געענדיגט 12:00
יום שבתון אין לשכוח !!!
מוצ"ש האט די רבי באשיינט די מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה ביים שטוב פון נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -אין מאנטיסעלא
דערנאך האט די רבי באזיכט די נייע חרדישע ישוב.
באריכט
שב"ק תולדות "היסטארישע שבת עמלי תורה" בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איאיינעם מיט די אריבער 1000 עלטערע לומדי הכולל.

יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו א שבת מיט די ת"ח לומדי תורה שניתנה בשבת, צבו לחדא בהאי ועדא פארברענגט צוזאמען אויף א געהויבענעם פארנעם, ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א תלמיד חכם בבחינת שבת, ווי מען האט זוכה געווען מקבל זיין מאור תורתו והדרכתו וואס וועט באגלייטן אויף לאנגע יארן.
'עס איז נתרומם געווארן די כבוד התורה ולומדיה, און מחזק געווען די קשר פון קוב"ה, אורייתא, וישראל, חד און וועט ברענגן השפעות בכלל ובפרט'.

פרייטאג ארום 12:00 איז די רבי ארויסגעפארן פון ביתו נאוה קודש, שפעטער איז די רבי צוגעפארן צום מחנה בית רחל לטבילה במקוה לכבוד שבת, ביים זמן הדלקה"נ האט די רבי אנגעצינדן די נרות שבת און מוצא געווען כל הקהל הקודש,
5:00 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אהרן וויינבערג הכנה לשב"ק
קבלת שבת: הרב יואל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך, מען האט געענדיגט 7:15 און מ'איז אריבער זאגן גוט שבת.
8:40 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם, מיט אשת חיל האט די רבי מכבד געווען בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א, הגבהות הכוס: די רב,
"הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד ווי די בני תורה זיצן איאיינעם און הערן געהויבענע בחינות פון רבם ומאורם, און זינגן זמירות שב"ק מיט דביקות והתרממות"
נאכן לחיים נאך די פיש האט די רבי געזאגט תורה בדברי שבח אויף די בני תורה, נאך די זיפ און נאך אלע מאכלים האט די רבי נאכאמאל געזאגט תורה,
כל מקדש: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן
מנוחה ושמחה: הרה"ג חיים אלעזר הירשפעלד מראשי הכולל במאנטריאל.
די תורה איז געווען אויפן פסוק ויתן לך אלוקים 'בדרך דרוש ופלפול' אין די סוגיות פון מצוה הבעה בעבירה, גזל עכו"ם, מין במינו.
י-ה אכסוף: הרה"ג חיים משה לעוו מראשי הכולל בבארא פארק, בענטשן: בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א,
עובדות וסיפורים האט די רבי דערציילט בעניני לימוד התורה,
י-ה רבון עלם: הרה"ג דוד אהרן ווייס מראשי הכולל בלאנדאן, מען האט אריינגעברענגט פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג אליעזר ניסן שטראלי מראשי החבורות אין ב"פ, מען האט געענדיגט 12:40.
נייעס
היינט ביים מעמד 'פתיחת שערים' וקביעות מזוזה פאר בית מדרשינו "החדש והמפואר" בנין געלבשטיין -שכונת קעסקעיד וומ"ס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז אויפגענומען געווארן הרה"ג שמואל דוד סאקס שליט"א און הרה"ג יואל שווארץ שליט"א מדייני קהלתינו הק' צו דינען אלס דייני הביהמ"ד.
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים ב"ר יחזקאל כ"ץ -ק"י
וב"ר יואל פרידריך -ק"י
וב"ר יחזקאל פרענקל -ק"י
וב"ר יואל געלב -מאנסי
וב"ר אליעזר פריעדמאן -וומ"ס

דינסטאגח' כסלו תשפ"א11/24/2020

נייעס
היינט איז געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטיגאל שליט"א אבד"ק סקולען ב"פ, זיך צו געזעגענען און אפנעמען ברכות הקודש לרגל וואס ער ציעט זיך אריבער קיין ירושלים מכהן צו זיין באדמורות סקולען-י"ם
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברכות מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת הבן אצל נכדו הרב ליפא אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן, חתן כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו
נייעס
פתחו לי שערי צדק
היינט קומט פאר די מעמד 'פתיחת שערים' קביעות מזוזה ומסיבת לחיים, פאר בית מדרשינו "החדש והמפואר" בנין געלבשטיין -שכונת קעסקעיד וומ"ס -איאיינעם מיטן מעמד התחלת כתיבת ס"ת פארן ביהמ"ד
היינט 7:30 מיט די השתתפות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
גדול יהיה כבוד הבית הזה!
בילדער · 4
די באזיך פון כ"ק אדמו"ר ממרכז וויזניץ שליט"א ביי גיסו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -פארגאנגענעם דינסטאג ויצא
בילדער · 3
די באזיך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -פארגאנגענעם מאנטאג ויצא
ווייז פריערדיגע טעג