מאנטאג פר' פקודי 4:42 נאכמיטאג ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם JFK עירפארט.
ביים אנקומען וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה אין עירפארט און דערנאך אהיימפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באדאנקט זיך פארן בעל אכסניא הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א ומשפחתו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוכען די בית השחיטה דק"ק מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג פר' פקודי 2:20 נאכמיטאג אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק נאכן מסע הקודש קיין מאנטשעסטער.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אינעם JFK עירפארט ארום 5:00 נאכמיטאג.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
מאנטאג פקודי, יעצט פארמיטאג אין מאנטשעסטער אויפן וועג צום עירפארט האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בהיכל כוללינו, און דערנאך אנגעקומען צום בנין הת''ת ווי די קינדער האבן באגלייט בשירה וזמרה, און פון דארט צום בנין הבית רחל, ווי דער רבי האט געזאגט דברי ברכה פאר די תלמידות ומחנכות. יעצט וועט רבינו שליט''א אפשטאטן א באזוך אינעם בית השחיטה דק''ק מחזיקי הדת, און פון דארט צום עירפארט פון ווי דער רבי וועט אפרייזן קיין ניו יארק בשעטו"צ.
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022
באריכט
להורות את דבר ה' זו הלכה
ביי א ענגע אסיפה יעצט זונטאג נאכט בבית אכסניית כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אין מאנטשעסטער אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א, איז באשלאסן געווארן מייסד צו זיין א בית הוראה בקרב קהלתינו הק' לשרת את הציבור וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן בקרב הימים, און רבינו שליט"א האט ממנה געווען 5 מורי הוראה וועלכע זאלן עומד זיין לשרת בקודש ולהורות את דבר ה' אינעם נייעם בית הוראה דקהלתינו הק' תחת פיקוח הגה"צ אבד"ק שליט"א.
די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יהושע לעברעכט שליט"א, הרה"ג ר' עקיבא שטערן שליט"א, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט"א.
ביי די אסיפה האט אויפגעטרעטן מיט קורצע טרעפליכע ווערטער הגה"צ אבד"ק שליט"א בגודל נחיצות הענין, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט דברות קודש והדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו, און צום שלוס געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, חלק ד'.
אים 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דורך תלמידי ישיבתינו הקדושה 'תורה ויראה' לאנדאן. מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און זיי האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן טויזענטער שעות רצופות. דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רצופות. אויך זענען שפעטער אריין בקודש פנימה צענדליגער בחורים תלמידי ישיבת עץ חיים ווילרייק ותלמידי ישיבה קטנה במוסדותינו הק' באנטווערפן וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א 2353 שעות רצופות און רבינו שליט''א האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים.
דערנאך איז ווייטער געווען זמני כניסה ווי עס זענען אריבער שלום נעמען פולע פרישע צענדליגער געסט פון לאנדאן וועלכע זענען ארויסגעקומען צום גרויסארטיגן כינוס אנ''ש תושבי אייראפע.
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות פון די נדבנים החשובים וואס האבן געגעבן גרויסע סכומים און געקויפט די זכותים אדירים בבניני מוסדותינו הק' בנין ישיבה קטנה החדש און אינעם בנין הבית רחל. משפחת לעוו הנכבדה, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו, הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א, הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי''ו. רבינו שליט''א האט גע'חתמ'ט די שטרות מיט אלע נדבנים באזונדער און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.
אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן במקהלות אלפי אנ''ש, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער כינוס כללי פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, והנחת אבן הפינה פאר בניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער בנין הישיבה קטנוה החדש, הרחבת והוספות בנין הבית רחל.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ 'בורא עולם בקנין השלם זה הבנין'. במשך דעם געהויבענעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה ר' יואל קליין הי"ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו בארה''ק און באגלייטונג פונעם נעימות קווייער אינאיינעם מיט א ילד הפלא. דערנאך האט הרב יצחק כהנא הי''ו פארגעזונגען לענגערע דברי חרוזים לכבוד המאורע.
נאך לענגערע ניגוני התעוררות האט רבינו שליט''א געלייגט די צוויי שטיינער פאר די צוויי בנינים במוסדותינו הק' אין שטאט בשעת ווען דער ציבור זינגט ניגוני תפילה להשי"ת און דערביי ווערט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי על צאצאינו ועל דורותינו.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דעם משא הקודש, דבר ה' וחובת השעה דברי חיזוק והדרכה פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, ובתו''ד ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער און איבער די חשיבות פון די קהילה ומוסדות, ודברי שבח פון די חשובע נדבנים בוני הבנין, און מסיים געווען בברכות קדשו.
אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין און הבדלה נעכטן מוצש''ק במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין מאנטשעסטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים טיפזיניגע שיעור פלפול בסוגיא דחדש יעצט מיטאג אין ביהמ"ד החדש אין מאנטשעסטער יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש חלק ד' - השבת נועם הנשמות, בצל כנפיך יחסיון
שב"ק פרשת ויקהל שבת שקלים מברכים חודש אדר ב', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דורכאויס דעם מסע הקודש קיין מאנטשעסטער לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי אייראפע ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו.
אור פניך עלינו אדון נשא: מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן טויזענטער אנ''ש תושבי אייראפע מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער און זיך אנגעווארימט באורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.
במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול מיט אלע שטיבלעך און צוגעלייגטע שאטערס, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאל, געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט טויזענטער אנ''ש תושבי אייראפע, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.
עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע גרויסע לאקאל ווי סאיז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטע געסט, און א ספעציעלע פראטכטפולען מקום פאר די נכבדי העדה.
ערש''ק שפעט נאכמיטאג איז געווען בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א הגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען אויף שב''ק במחיצת הקודש, ער האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט''א און זיך געבענטשט ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45. דערנאך איז דער ריזן ציבור אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן צו א שעה צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא אויף שב"ק אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאל אין שטאט, במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער.
במשך דעם שלחה"ט האט מען א לענגערע צייט געזונגן ניגוני שב"ק מיט א התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם ריזיגן ציבור. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת, מנוחה ושמחה: הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן קריאה פון שקלים אויפן פסוק "כי תשא את ראש בני ישראל" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה לקולא או לחומרא.
קה אכסוף: הגאון רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב דביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ מאנטשעסטער, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט''א אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער צו פארזונגען רחם. ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הגה"צ ר' חיים ווייס שליט"א אב"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו אנטווערפן מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים, וואס דער רבי האט געזונגן בבכיות ובהתעוררות רב. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב. נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש אין אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 1:15. וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:25 פסוקי דזמרה: ברכות הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בקר''י, פסוקי דזמרה הרה''ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו לאנדאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו (לאנדאן), הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (לאנדאן). פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן).
עליות. כהן: בעל שמחה ר' מרדכי יהודא שווארץ הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען), שלישי: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, רביעי: הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט''א, חמישי: הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א מרבני קהלתינו אנטווערפן, שישי: הגה"צ אבד"ק מאנטשעסטער שליט"א, שביעי: החתן ישראל ישכר ב"ר אליעזר לעוו הי"ו - באווארפן, אחרון: הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו שליט"א ראה"ק לאנדאן, וועלכע האט אויך געשנדר'ט א ריזן סכום פאר'ן נייעם היכל התורה שע"י בית מדרשינו מאנטשעסטער, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו (ב"ב), גלילה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק מאנסי.
מפטיר - קריאה פון שקלים: רבינו שליט"א, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו (קר"י), גלילה: הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו (מאנטשעסטער).
מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לכבוד שבת שקלים און געזאגט די יוצרות און פיוטים מיט א השתפכות הנפש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם (ב"ב).
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' ישראל מאיר זילביגער שליט''א רב הצעיר ביהמ"ד 'החדש' אין מאנטשעסטער, ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבנו למז''ט, דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות כרגיל.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אינעם זאל פון עדת ישורון ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים שמחת הקידושא רבא פון החתן בן הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו פון לאנדאן, דער רבי האט קידוש געמאכט און ווארים געוואונטשן פארן חתן ומחותנים.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן די משפחה פונעם בעל אכסניא, ווי אויך הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די זאלן פון בית יעקב ארום 6:10. מנחה: הרה''ח ר' אלחנן טויבער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עמרם צבי טויבער הי"ו, כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט מו"ץ קהלתינו לאנדאן, שלישי: הרה"ח ר' ישראל ישכר לעוו הי''ו בן הגה''צ ר' שמעי' שליט''א דומ''ץ קהלתינו לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרב ליפא טאגער הי"ו (מאנטשסטער).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' שלום לאנדא שליט''א מרבני איגוד הרבנים מאנטשעסטער, שיר המעלות: הרה''ג ר' עקיבא שטערן שליט''א מו"ץ וראש חבורה בכוללינו מאנטשעסטער.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת שקלים און מעורר געווען בעניני תשובה והתעוררות.
ידיד נפש: הרה''ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א מו''ץ ומרביץ תורה בקהלתינו מאנטשעסטער, קל מסתתר: הרה''ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט''א ראש חבורה בכוללינו מאנטשעסטער. שושנת יעקב: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.