רבינו שליט''א ביים אריבערפארן ביי די בנין התלמוד תורה אויפן וועג צום עירפארט און ביים איבערגעבן דברי ברכה ביי די בנין הבית רחל פאר די תלמידות ומחנכות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א און דער ארטיגער חב''ד רב הרב חאזאן שליט''א אויף ביקור גומלין ביי רבינו שליט''א בבית האכסניא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
דער מעיאר פון שטאט מאנטשעסטער באזוכט בבית האכסניא פון רבינו שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
רבינו שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם זונטאג אין שטיב פון הגה"צ ר' פנחס ווייס שליט"א אב"ד טשערנאבל וראה"כ בהיכל כוללינו במאנטשעסטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
רבינו שליט"א פארגאנגענעם זונטאג אין שטוב פון הנגיד הנכבד ר' שמואל נתן הכהן קאהן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבה און חתימת שטרות אויף גרויסע סכומים וואס ער האט געגעבן לטובת די בניני מוסדותינו הק', פאר די ישיבה און פאר די בית רחל, אזוי אויך פאר'ן קרן הבנין פון בית חינוך לבנות בנות אר"י אין בני ברק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
רבינו שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם זונטאג אין שטיב פון מחותנו הגה''צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט''א אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם זונטאג אין שטיב פון הגאון רבי גבריאל קנאפלער שליט''א ראש ישיבת שערי תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ז אדר א' תשפ"ב2/28/2022
בילדער · 5
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכען און זיך אומקוקן היינט אינדערפרי אויפן גאנצן חלק הכשרות אין די שטאטישע מקוה אין מאנטשעסטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כינוס כללי פאר אלפי אנ''ש תושבי אייראפע ומעמדי הנחת אבן הפינה פאר די בניני מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער, מוצש''ק בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין די גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין מאנטשעסטער
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 17ווידיאו
תפילת שחרית פרייטאג אין ביהמ''ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
התחלת כתיבת ספר תורה אין די ס"ת פון הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
רבינו שליט''א ביי תפילת מנחה ומסיבת לחיים און דערנאך ביים זיך אומקוקן אינעם בנין הבית רחל החדש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג אין שטיב פון הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא, אויך האט זיך באטייליגט הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א ראש השוחטים מחזיקי הדת וחבר הנהלת ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ער האט געוויזן פארן רבי'ן זיינע חלפים בודק צו זיין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים אריבערפאהרן און זיך אומקוקן ביים גרויסן שטח פון בנין הישיבה החדש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג אין שטיב פון כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג אין שטיב פון הגאון רבי גבריאל קרויס שליט''א דומ''ץ דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באדאנקט זיך פארן בעל אכסניא הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א ומשפחתו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוכען די בית השחיטה דק"ק מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022
באריכט
להורות את דבר ה' זו הלכה
ביי א ענגע אסיפה יעצט זונטאג נאכט בבית אכסניית כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אין מאנטשעסטער אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א, איז באשלאסן געווארן מייסד צו זיין א בית הוראה בקרב קהלתינו הק' לשרת את הציבור וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן בקרב הימים, און רבינו שליט"א האט ממנה געווען 5 מורי הוראה וועלכע זאלן עומד זיין לשרת בקודש ולהורות את דבר ה' אינעם נייעם בית הוראה דקהלתינו הק' תחת פיקוח הגה"צ אבד"ק שליט"א.
די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יהושע לעברעכט שליט"א, הרה"ג ר' עקיבא שטערן שליט"א, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט"א.
ביי די אסיפה האט אויפגעטרעטן מיט קורצע טרעפליכע ווערטער הגה"צ אבד"ק שליט"א בגודל נחיצות הענין, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט דברות קודש והדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו, און צום שלוס געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין און הבדלה נעכטן מוצש''ק במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין מאנטשעסטער.