בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךו' אדר ב' תשפ"ב3/9/2022

באריכט
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר געלב הי''ו, ווי רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הת''ת בנין מארקאוויטש אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר''ר שלמה נח היילברוין שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר משה ווייס הי''ו.
ותאומים בני ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, צום ערשט האט רבינו שליט''א פארהערט די קינדער אויף לימודים, יעדע כתה באזונדער, דערנאך האבן די קינדער פארגעזונגען חרוזים לכבוד המאורע און געזונגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים און געהייסן די מלמדים פארטיילן שריים פאר די קינדער, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די קינדער, בפרט איבער מדות טובות בין אדם לחבירו ובין אדם למקום.

נאכן לחיים איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אינעם עס זאל פון תלמידי כתות א' ב' סניף הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א, די קינדערלעך האבן געזונגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דב''ק וברכה, און געהייסן די מלמדים פארטיילן שריים פאר די קינדערלעך.

נאכמיטאג אום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג איז געווען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש בנוגע אחב"י פליטי אוקריינא, דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צו די חופה פון די מחותנים הרה''ח ר' שמעון עוזר ווייס הי''ו - הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו מנהל ופטרון חבורת תורתך שעשועי, באולם כתר ריזל, ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די שבע ברכות לכבודו פון הרה''ח מוה''ר אליעזר לעוו הי''ו מנכבדי קהלתינו בלאנדאן, וואס איז פארגעקומען בבית הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, אויך האט זיך משתתף געווען דער אורח נכבד הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בענינים העומדים על הפרק, דער מצב פון אחב"י אין אוקריינא אמאל און היינט, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די טינקעלע היסטאריע פון רוסלאנד און אוקריינע כלפי כלל ישראל, דער רבי האט געוויזן פון אינעווייניג אין ספר עצי חיים, די תורה וואס דער עצי חיים זי''ע האט געזאגט יענעם שבת פ' ואתחנן, נאך וואס ס'האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט'ס קריג.
דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה''ח ר' אליעזר הי''ו פארן חתן מחותנים און דעם גאנצן ציבור, מיט ברכהמ''ז איז נתכבד געווארן הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 11:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגה' אדר ב' תשפ"ב3/8/2022

בילדער · 7
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א מפאר בראש שמחת שבע ברכות לכבודו פון הרה"ח מוה"ר אליעזר לעוו הי"ו מנכבדי קהלתינו לאנדאן הי"ו, אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, ובהשתתפות פונעם אורח נכבד הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
תקנות קבועות לקהלתינו הק' ומוסדותי' אין מאנסי, בחתימת יד קדשו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
אסיפה נחוצה 'הדר קבלוה' פאר אנ"ש תושבי מאנסי, בפקודת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, יום ב' בערב באולם אטריום פלאזא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל בר''א ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' משה שמואל ניימאן הי''ו - ר' יואל בר''ש הכהן פריעדמאן הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל הכהן קאהן הי''ו - משה יצחק רייזמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 10:15. און דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די אטריום זאלן אין מאנסי צו די אסיפה רבתי 'הדר קבלוה' פאר אלע אנ''ש תושבי מאנסי. חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א האט ממשיך געווען מיט זיין מייסטערהאפטיגע דרשה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו מראשי המוסדות בקר''י. דערנאך האט הרה''ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט''א מנהל ישיבה קטנה סניף קנין תורה פארגעליינט די תקנות קהלתינו ומסדותינו במאנסי וואס איז אונטערגעשריבן געווארן בחתימת יד קדשו פון רבינו שליט''א און הגה''צ אבד''ק שליט''א.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק והדרכה בחובת השעה. און בעיקר ארומגערעדט איבער אידישקייט אין אמעריקע, און זיין אפגעשיידט פון די אמעריקאנע גאס, און ברייטער ארומגערעדט איבער דעם שטאט מאנסי, "עס איז דא א ערליכע מאנסי און א נידריגע מאנסי" מען דארף זיך האלטן שטארק און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך דעם נידריגן חלק, און די עצה פארדעם איז מאכן גדרים וסייגים וואס איז מחייב יעדן מאנ''ש. און ארומגערעדט מען זאל זיך האלטן צוזאמען ביי אנ''ש, דאווענען בבתי מדרשינו, שיקן די קינדער אין אונזער מוסד, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומסדותינו הק' במאנסי, וואס איז אלעס משופרי דשופריה. און ארויסגעברענגט אז די קהילה אין מאנסי וואקסט די שנעלסטע פון אלע קהילות.

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט בחובת השעה איבער דעם שווערן מצב פון אחב"י אין אוקריינא - ווי שוין באזונדער באריכטעט - און מסיים געווען בברכות קדשו, מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה פון נכד רבינו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אברהם יעקב מערמאלשטיין הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ביים אנקומען אין וומסב''ג האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה''ח ר' יושע מערמאלשטיין ע''ה.

דערנאך איז פארגעקומען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג בנוגע דעם שווערן מצב פון אחב"י אין אוקריינא.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

אום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו די חתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א מיט החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב וחתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה בביהמ''ד הגדול, און תיכף דערנאך איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

דער מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מיט הארציגע דברי כבושין האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' משה יושע ווייס הי''ו. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די געהויבענע מחותנים און זיידעס, עקסטער האט דער רבי געוואונטשן פאר ש''ב כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א א פעטער פון די כלה לרגל די חתונה פון נכדו די וואך אין לאנדאן. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.

מען געגאנגען צום באדעקן אין שכינות'דיגן זאל פון ק"ק קראסנא, און דערנאך האט דער רבי מסדר געווען די כתובה און געבענטשט דעם חתן. דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פון ביהמ''ד הגדול, רבינו שליט''א האט מכבד געווען מיט סידור קידושין דעם זיידן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, מיט קריאת הכתובה הגה''צ אבד''ק נעפילמעץ שליט''א א פעטער פונעם חתן, ברכות ראשונות דעם זיידן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אבדק''ק ציעשנוב שליט''א א פעטער פונעם חתן.
עדי קידושין: הרה''ג ר' יושע נחמן בערגער שליט''א ראש ישיבת אוהל תורה, און הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט''א מנהל ישיבתינו סניף מבצר התורה בוומסב''ג.
עדי יחוד: הר"ר אברהם יוסף ראזענבוים שליט''א, און הרה''ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי''ו.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.

נאך די חופה אים 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, דערנאך איז דער רבי ארויס אין א געהויבענעם טאנץ מיט בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. במשך די ריקודי שמחה איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. ברכות ראשונות: הרה"צ רבי חיים דוד בלום שליט''א. ברכה אחריתא: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן מיט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זצ"ל.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א מאיהעל, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. און אום 3:20 איז דער רבי שוין אהנגעקומען לביתו נאוה קודש בקר''י.

יהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דברים חוצבים להבת אש מנהמת לבו הטהור מתוך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בסוף דבריו באסיפה רבתי בקרב קהלתינו הק' מאנסי יצ"ו - בחובת השעה איבער'ן מצב פון כלל ישראל במדינת אוקריינא יצ"ו.

רבינו שליט''א האט צום ערשט ארומגערעדט איבער די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן צווישן רוסלאנד אין אוקריינא, 'ועל המדינות בו יאמר איזה לחרב ואיזה לשלום' און ס'איז נישט נוגע פאר כלל ישראל.

דער רבי האט ארומגערעדט אביסל איבער די שווארצע היסטאריע פאר כלל ישראל פון ביידע לענדער, אבער כהיום יום וואוינען אידן שומרי תורה ומצוות אין מערערע שטעט אין רוסלאנד און אין אוקריינא.

דער רבי האט אויסגעשריגען בקול חינוק בדמעות, ''מען דארף צו וויסן די ערד ברענט אין אוקריינא'' אידן אנטלויפן בעירום ובחוסר כל, מען כאפט וואס מען קען טראגן, מען נעמט די ווייב און קינדער און מען אנטלויפט, כ'האב אנגעהויבן צו באקומען גריסן, 'אידן זענען בצרה גדולה'...!!.
"ס'געווען מיט 80 יאר צוריק ווען
אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט די ביטערע זמנים, מען האט געפרעגט ווי זענען די אמעריקאנע אידן... מורי ורבותי אונז זעמער די אמעריקאנע אידן...!!", פרעג מיר יעצט די שאלה, ווי זענען די אמעריקאנע אידן? עס איז נישטא צו עסן, מען לאזט נישט ארויס אן ערוואקסענער מענטש פון 18 יא ביז די 60 ווייבער און קינדער לאזט מען ארויס און ערוואקסענער מענטשן לאזט מען נישט ארויס, מען דארף שווערצן די גרעניצן מען דארף באצאלן פאר שווערצערס, ס'איז פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת!

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ארטיגע שרעקליכער מצב וואס גייט פאר דארט און די ציטער פון אידן צו גיין אין די גאס דארט.

און אויסגערופן אמעריקע מוז קומען צו הילף פאר דעי אידן!!

''ווען די פעטער ז''ל וואלט געווען בחיים חיותו וואס וואלט ער געטוהן יעצט אין דעם זמן, ער וואלט נישט איינגעריעט, ער וואלט צוזאמגערופען אן אסיפה פון רבנים פון בעלי בתים פון עסקנים און אויפגעשטעלט א קאמיטע זאלן עוסק זיין צו טוהן וואס מ'קען" האט רבינו שליט"א געפאדערט!

די אידן לויפן צו די פארשידענע שכינות'דיגע לענדער און קומען אן נאר מיט וואס ער האט מיר זיך, מען דארף זעהן זיי זאלן האבן צו עסן בו בים עד יעבור זם.

כלל ישראל טאר נישט שטיין אין די זייט און הערן נייעס, און קלערן אז ס'מיינט יענעם!!!

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תורה פונעם עצי חיים זיע''א וואס ער האט געזאגט אפאר טאג נאך וואס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט קריג, ווי ער רעכנט ער אויס בגודל הצרות וואס וועט זיין פאר ביאת המשיח, און אז אויב איז מען זיך מצער מיט צרות אחרים ווערט מען ניצל פון די אייגענע, אויב אבער איז מען זיך נישט מצטער ווערט עס נישט גערעכנט, און דער עצי חיים זי''ע איז זיך מתבונן בזמנינו, מען האט געהערט צרות במדינות אחרות אין רוסלאנד און מיר האבן זיך נישט מצער געווען, און ווען יא וואלט מיר שוין געווען אויסגעלייזט פון גלות און פאר דעם איז יעצט געקומען דעי צרה, עכדה"ק

ס'איז דא א צרה פאר אידישע קינדער אונז טאר מיר נישט שטיין אין די זייט!! אונז זעמיר די אמעריקאנע אינדענטום, מען וועט אונז פרעגן ווי זענט איר געווען!!

כ'בין יעצט אין מאנסי אבער איך רעדט יעצט צו כלל ישראל, ''כלל ישראל טאר נישט שטיין גלייכגילטיג כלל ישראל דארף נעמען אחריות און זאגן מיט וואס 'קען' איך העלפן, און איך 'וועל' העלפן

און דערנאך מסיים בברכות קדשו אז מ'זאל קענען א טובה טוען פאר אונזערע ברידער'ס און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין נישט צו הערן און וויסן פון קיין צרות עד ביאת הגואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
פייערדיגע דברות קודש מנהמות לבו הטהור פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א יעצט ביים אסיפה רבתי אין מאנסי איבער די מצב אין אוקריינא, און די חובת השעה וואס ליגט אויף אונז

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 15:52⬇ אראפנעמען 2.1 MB
ווייז פריערדיגע טעג