פרייטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד עצי חיים סיגוט, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אהרן יודא שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל ברית ומשפחתו און פארן בר מצוה בחור, פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים בענין לימוד התורה באשמורת הבוקר פארן דאווענען.
פארמיטאג האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישע קאנפרענס מיט די רבני וועד להצלת יהדות אוקריינא, און אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פעולות להצלת אחב"י, אזוי אויך האט דער רבי אפגעשיקט א ריזן סומע געלט וואס אחד מאנ"ש האט איבערגעגעבן די געלט בקודש פנימה פארן גרויסארטיגן קאמפיין, אנגעבענדיג אז ער האט אפגעשפארט דאס געלט צו קויפן פארשידענע טייערע חפצים אבער ער וויל עס ענדרש געבן פאר הצלת אחב"י.
אויך איז באשטימט געווארן אז דעם קומענדיגן זונטאג פ' צו, וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה בקודש פנימה פאר די אלע וועלכע ווילן האבן די זכיה איבערצוגעבן ליד קדשו פאר רבינו שליט"א פון 1,800 דאלאר און העכער להצלת יהדות אוקריינא, פון 8:00 ביז 9:00 פארנאכט'ס, בחדרו הפרטי בביהמ''ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חיים משה ביטמאן הי"ו. ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חנני' גאלדבערגער הי"ו - ר' ישראל ארי' האלענדער הי"ו, באולם כינור דוד.
נאך די חופה אום 8:00 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
אים 9:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וומסב"ג, און איז אריבער אויף א באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק', אין באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן, דערביי האט דער מנהל ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו געוויזן די פלענער פונעם נייעם בנין וואס מ'האט געקויפט און וועט אי"ה געבויעט ווערן ברחבת ידים. דערנאך האט דער רבי באזוכט אינעם אפטיילונג פון די רחיים של יד און זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה.
אויפן וועג ארויס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק', ער האט איבערגעגעבן א באריכט פון די אסיפה אין אלבעני מיט די בארד אף רידזענט'ס, און איבער די פעולות אויפן פראנט למען הצלת יהדות אוקריינע.
ארום 10:30 איז רבינו שליטא אריינגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט, צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט געווארן דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון הגה"צ סיגוטער רב שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד פריעדמאן הי"ו ממתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות אין פיש און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן ומחותנים און פאר אלע מתפללים. הגה"צ סיגוטער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן בדברי תורה און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד, און דערציילט זכרונות מימ קדם אין דעם ביהמ"ד.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הר"ר ישעי' סאקס הי"ו, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה, ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
מיטוואך פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא, מתלמידי הישיבה, בחדרו הפרטי, און אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: הר''ר דוד בר''מ עקשטיין שליט''א - הר''ר יואל גרובער שליט''א, באולם כינור דוד. ר' לוי אהרן עסטרייכער הי''ו - ר' יואל ברי''צ גליק הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 10:40 און דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צו די 'אולמי עטרת' זאלן אויף די קאזניץ גאס מפאר צו זיין בראש שמחת הבר מצוה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א הבחור בן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י, עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה הגה''צ ר' שלמה שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהג פון זאגן א דרשה ז' אדר, ומנהגי רבותינו הק' לבית סיגוט צאנז.
ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.