בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגי"א אדר ב' תשפ"ב3/14/2022

באריכט
תשית לראשם עטרת פז

אין די יעצטיגע מינוטן קומט פאר בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א א זעלטענע מעמד התמנות פאר 'צוועלף פרישע מורי צדק' בבית הוראה בקרית יואל לדון ולהורות פאר תושבי עיר קרית יואל והגלילות, וואס דערמיט ווערט פארדאפלט דער כח ההוראה אין קר''י אינטער די הדרכה פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צו פיר און צוואנציג מו''צ שליט"א.

די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו הק', הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב, הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א, הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א, הרה''ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט''א הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א, הרה''ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט''א, הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א, הרה''ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט''א, הרה''ג ר' שלמה צבי עקשטיין שליט''א, הרה''ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט''א.

להורות את דבר ה' זו הלכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
ברכהמ''ז ואמירת השבע ברכות
ווידיאו
ריקודין של שמחה
בילדער · 10
שאלות ותשובות געפרעגט דורך די ראשי החבורות אויף וואס רבינו שליט''א האט געענטפערט בטוב טעם ודעת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פאר די ראה''כ ועסקנים פון 'איגוד יושבי האוהל, וחבורת תורתם אמנתם' שע''י כוללי אברכים דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, באולם שע''י ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די פאלגענדע ברית'ן.
לבן הנולד לר' יואל ישראל מאיר אקער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' נפתלי יודא פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' משה יודא שפיצער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי''ו.
ב''ר יואל גאלדשטיין הי''ו.
ב''ר ישכר מרדכי ליכטמאן הי''ו.
ב''ר חיים אלעזר טעללער הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אויף א פריוואטן פארנעם דורך כ"ק רבינו שליט"א מיוחד פאר די ראה''כ ועסקנים פון 'איגוד יושבי האוהל, וחבורת תורתם אמנתם' שע''י כוללי אברכים דקהלתינו פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואס איז געגרינדעט געווארן במשך דעם געהויבענעם 'שבת עמלי התורה' פארגאנגענעם שבת תולדות תשפ''א העעל''ט.

רבינו שליט''א געדאווענט מנחה און דערנאך אריינגעקומען צו די סעודת שבע ברכות באולם שע''י ביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה.
עס האט אויפגעטרעטן בדברי פתיחה הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א מראשי הכוללים בקר''י וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות וואס ווערן געטוען דורך די עסקנים להרמת קרן התורה.

נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה און שטארקע דברי התחזקות איבער די זכיה וואס די עסקנים האבן מרומם צו זיין דעם קרן התורה. במשך די סעודה האט מען געהאט די זכיה אז די ראשי החבורות האבן געפרעגט שאלות פון רבינו שליט''א אין אסאך ענינים וואס זענען נוגע להגדיל תורה ולהאדירה אויף וואס דער רבי האט משיב געווען און אויסגעשמועסט באריכות בטוב טעם ודעת.

נאך די סעודה האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש בדרך דרוש בעניני נשואין, און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער'ן חשיבות פון זיין א מזכה את הרבים, און די פעולות וואס ווערן געטוהן דורך די עסקנים פאר די אריבער 2000 לומדי הכוללים האט א השפעה פאר די גאנצע קהילה, און מסיים געווען בברכות לרוב. און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה''צ ר' דוד דוב שליט''א רב דביהמ''ד אוהל פיגא, ברכות ראשונות: חדב''ן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען בבית מדרשינו הגדול ווי עס איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר די וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים אדירים לכה''פ 1,800 להצלת יהדות אוקריינא, וואס האט זיך פארצויגן ביז 9:45. עס זענען אריין צענדליגער אנ''ש זקנים עם נערים בעלי בתים ואברכי הכולל, וועלכע האבן פרעזענליך איבערגעגעבן ליד קדשו פאר רבינו שליט''א די געלט און מקבל געווען ברכות קדשו. אויך זענען אריין עטליכע קבוצות פון בחורים תלמידי ישיבתינו הקדושה וועלכע האבן צוזאמען צוזאמגעשטעלט דעם סכום פון 1,800 און האבן איבערגעגעבן דאס געלט פארן רבי'ן און מקבל געווען ברכות קדשו. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה בביתו נאוה קודש ביז ארום 12:15.

במשך די זמני כניסה זענען אריין נאך פולע צענדליגער אנ''ש וואס האבן איבערגעגעבן ליד קדשו סכומים אדירים להצלת יהדות אוקריינא. רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב אום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' אדר ב' תשפ"ב3/13/2022

נייעס
יעצט נאכמיטאג קומט פאר די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו, דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, פאר אלע ראה"כ ועסקני כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק, אויף א פריוואטע פארנעם בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק - שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בקול רנה ותודה לכבוד פורים, בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג

ארום 11:00 איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויס אין א ריקוד פאר עטליכע מינוט אויפ'ן פלאץ. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה.

נאך די פיש האט רבינו שליט''א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה והתרוממות בתופים ובמחולות לכבוד פורים הבעל''ט.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש מיט הערליכע רמזים בעניני נשואין ובסגולת מצות מתנות לאביונים, און מסיים געווען אז עס קומט דער יו''ט פורים, יענך ה' ביום צרה אידישע קינדער דארפן אסאך ישיעות און אסאך ענינים, כל הפושט יד נותנים לו, דער בוכ"ע וועט מקיים זיין דעם ומשלוח מנות איש לרעהו, אידישע קינדער זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה, און צוגענדיגט מיט ווארימע ברכות הקודש.

נאך די דב''ק האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד פאר לענגערע מינוטען.

דערנאך האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרב אברהם יוסף מארקאוויטש הי''ו און הרב הערשל פרידמאן הי''ו וועלכע האבן משמח געווען לכבוד היום.

מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, ברכות ראשונות: הגה''צ אבד''ק שליט''א, ברכה אחריתא: דער אבי החתן הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ''ד אהל תורה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת ויקרא - שבת זכור - שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוומסב"ג.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:05 דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן א לענגערע צייט, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל בן הגה''צ רב דביהמ''ד עצי חיים שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפ'ן אלף זעירא פון ויקרא און עס געטייטשט בדרך דרוש עטליכע מהלכים אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.

קה אכסוף: הרב ר' יואל רובין שליט"א, ברכהמ"ז: הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, ברכה אחריתא: חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

קה רבון עלם: הרב ר' פייוויל זינגער שליט"א. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו, און ביי ב"ר מנחם פארגעס הי"ו.

דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופען רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה באש קודש און געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, דער אבי החתן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א און דער אבי הכלה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

אז ביום השביעי: הגה"צ רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ. און דער רבי האט געטאנצן אין א ריקוד אינמיטען ביהמ"ד מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:25. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק טייטלבוים שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און פארגעזאגט די יוצרות לשבת זכור, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרב לייבוש טייטלבוים שליט''א און הרב יוחנן האלבערשטאם שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ.

עליות: כהן: הרה''ח ר' אלימלך דייטש הי''ו, לוי: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, שלישי: הגה"צ אבד"ק שליט"א, רביעי: החתן ב"ר אברהם סופר הי"ו - באווארפן, חמישי: החתן ב"ר אברהם לייב פעלבערבוים הי"ו -באווארפן, שישי: הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, שביעי: החתן נכד רבינו שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א, הוספות: אבי החתן הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א, אבי הכלה הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, אחרון: הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א, הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו (קר"י).
מפטיר - קריאה פון זכור: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' מנחם פארגעס הי''ו.
ר' יעקב יושע מענדלאוויטש הי''ו.
ר' יואל ברנ"ה פריעדמאן הי''ו.

הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' מיכל פעלבערבוים הי''ו.

מוסף: הגה''צ אב''ד בית אהרן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב יעקב ישראל רובין שליט''א.

מען האט געענדיגט 12:40.
רעוא דרעווין


צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:30. מנחה: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרב יואל רובין שליט''א, כהן: הרה''ח ר' הערשל כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אלי' משה ראטה הי''ו, שלישי: הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו (ב"פ).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק אין די קריאה פון זכור און געטייטשט אז עמלק האט געוואלט אריינברענגען בײ אידישע קינדער הירהורים רעים אז מען זאל נכשל ווערן בעניני קדושה, דורך שמירת שבת ברענגט אריין א קדושה אינעם מענטש מען זאל זיך קענען פירן בקדושה ובטהרה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:55.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשט' אדר ב' תשפ"ב3/12/2022

נייעס
קול רינה וישועה באהלי צדיקים
מוצש''ק פרשת ויקרא, כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צום צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בקול רנה ותודה לכבוד פורים, בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

ליהודים היתה אורה ושמחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג